Ashrechem Yisrael Ki Tavo 2009

  • May 2020
  • PDF

This document was uploaded by user and they confirmed that they have the permission to share it. If you are author or own the copyright of this book, please report to us by using this DMCA report form. Report DMCA


Overview

Download & View Ashrechem Yisrael Ki Tavo 2009 as PDF for free.

More details

  • Words: 448
  • Pages: 2
‫פרשת כי תבוא‬

‫והיה כי תבוא אל הארץ אשר ד’ אלקיך נותן לך‬

‫אריין גיין אינעם נייעם יאהר מיט פרייד און בטחון אין השי”ת‬

‫וְ ָהיָ ה‬

‫ִּכי ָתבוֹא ֶאל ָה ָארֶ ץ ֲא ׁ ֶשר ד’ ֱאל ֶֹק ָיך נ ֵֹתן ְל ָך‪ :‬צו פארשטיין די שייכות‬ ‫פון די וואכעדיגע סדרה מיט ראש השנה‪ ,‬וועלן מיר ברענגן די‬ ‫גמרא אין פסחים דף ו‪ .‬שואלין ודורשין בהלכות הפסח שלושים יום‪ ,‬רשב״ג‬ ‫אומר שתי שבתות‪ ,‬זעהט מען אז צוויי וואכן פאר יום טוב איז יעדער מודה אז‬ ‫מען דארף שוין לערנן אין דערמאנן דעם יום טוב‪.‬‬ ‫וועגן דעם ליינט מען דיע וואך די פרשת ביכורים וואס האט א שטארקן שייכת‬ ‫צום נייעם יאהר‪ ,‬ווייל די מצות ביכורים איז נאר פון די שבעת המינים דאס איז‬ ‫די בעסטער מין פון דעם צומח‪ ,‬פירות שנשתבחה בה ארץ ישראל‪ ,‬און דאס‬ ‫קומט נאך א יאהר‪ ,‬וואס די אלטע פירות זענן שוין באלד נישטא עס איז כמעט‬ ‫נישט געבליבן קיין זכר‪ ,‬דאן נעמט מען א קערל פון די אלטער פירות מען לייגט‬ ‫דאס אריין אין דער ערד און עס ווערט באנייט דעם מין עס וואקסט ארויס פיינע‬ ‫פרישער פירות בעסער און שענער ווי אמאהל‪ ,‬דאן קומט די מצות ביכורים אין‬ ‫דער זמן פון שמחה אזוי ווי עס שטייט ושמחת בכל הטוב‪ ,‬אויך איז והי׳ א לשון‬ ‫שמחה‪ ,‬ווייל די גרויסער פרייד איז אז די אלע פירות האבן זיך באנייט‪.‬‬ ‫אזוי אויך ביי כלל ישראל וואס זענן די בעסטער פון דעם מין פון מדבר‪ ,‬עס‬ ‫קומט ראש השנה וואס די וועלט ווערט באנייט נאכאמאהל‪ ,‬אזוי ווי מען זאגט‬ ‫״היום הרת עולם״ ווערט א התחדשות הבריאה פון די אלע אידישע נשמות‪,‬‬ ‫און אפי׳ מען האט ח״ו קאליע געמאכט דעם פריעדיגן יאהר דורך די מעשים‪,‬‬ ‫און עס קומט די מצוה פון מה ד׳ אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה‪ ,‬בלאזענדיג‬ ‫שופר יעדן טאג וואס דאס ברענגט א פחד ביים יעדן איד‪ ,‬דאך איז דער עיקר‬ ‫אויך צו האבן דעם ״שמחה של מצוה״ מיט דעם וואס מען האט בטחון אז‬ ‫השי״ת וועט זיכער העלפן יעדען מענטש פארעכטן די אלע מעשים פון די‬ ‫פארגאנגנער יאהר‪ ,‬און מען וועט ווערן באנייט פריש נאכאמאהל‪ ,‬און אויך‬ ‫ווערן געבענטש פון אנפאנג יאהר צו קענן אלעס פארעכטן און אפהיטן אויף‬ ‫ווייטער‪ ,‬אזוי ווי ביי ביכורים וואס נאכדעם וואס די פירות ווערן קאליע וואקסט‬ ‫עס ארויס נאך אמאהל מיט א נייעם געשמאקען טעם‪ ,‬און דאס ברענגט די‬ ‫שמחה און פרייד אזוי ווי עס שטייט ושמחת בכל הטוב אשר נתן לך ד׳ אלקיך‪.‬‬ ‫ויה״ר שנזכה לברכת כתיבה וחתימה טובה בביאת הגואל צדק בב״א‪.‬‬ ‫אמרי אמת מרבינו רבי לייב’לע איגר זיעועכי”א‬ ‫גיליונות פרשת השבוע להורדה ‪www.ladaat.net/gilionot.php‬‬

‫פרשת כי תבוא‬

‫והיה כי תבוא אל הארץ אשר ד’ אלקיך נותן לך‬

‫אריין גיין אינעם נייעם יאהר מיט פרייד און בטחון אין השי”ת‬

‫גיליונות פרשת השבוע להורדה ‪www.ladaat.net/gilionot.php‬‬

Related Documents