Small Satmar Yeshivas

  • Uploaded by: Divrai Yoel
  • 0
  • 0
  • May 2020
  • PDF

This document was uploaded by user and they confirmed that they have the permission to share it. If you are author or own the copyright of this book, please report to us by using this DMCA report form. Report DMCA


Overview

Download & View Small Satmar Yeshivas as PDF for free.

More details

  • Words: 16,923
  • Pages: 42
‫בס”ד‬

‫אונזערע‬ ‫ישיבות‬ ‫א מעלה אדער א פראבלעם?‬ ‫יו”ל תמוז תשס”ט‬

‫ע”י ועד ההורים‬

‫שע”י מוסדות סאטמאר‪-‬וויליאמסבורג‬

‫• נאר פאר עלטערן •‬ ‫ביטע נישט צולאזן אז דער קונטרס‬ ‫זאל אנקומען אין די הענט‬ ‫פון א בחור אדער א קינד‬

‫יו”ל תמוז תשס”ט‬ ‫ע”י ועד ההורים‬ ‫שע”י מוסדות סאטמאר‪-‬וויליאמסבורג‬ ‫‪320 Roebling Street, Suite 518‬‬ ‫‪Brooklyn NY 11211‬‬

‫פאר סיי וועלכע הערות אדער קאמענטארן‪,‬‬ ‫ווי אויך זיך משתתף צו זיין אין די הוצאות פונעם ועד‬ ‫קענט איר שיקן צו דעם דערמאנטן אדרעס‬

‫פארווארט‬ ‫אין די פאלגענדע שורות ווילן מיר אויפברענגען א ווייטאגליכן ּפראבלעם‪ ,‬וואס‬ ‫אסאך אנשי שלומינו בלוטיגן דערויף‪ ,‬אבער צוליב פארשטענדליכע (און אפילו‬ ‫אומפארשטענדליכע‪ )...‬סיבות‪ ,‬איז דאס דערווייל נישט געהעריג אויפגעברענגט‬ ‫געווארן אין דער עפענטליכקייט‪.‬‬ ‫איידער מיר שרייבן ווייטער‪ ,‬זאל עס גאנץ קלאר ארויסברענגט ווערן‪ .‬אונזער ציל‬ ‫איז “נישט” קריטיק‪ ,‬און ניטאמאל זענען מיר אזוי קלאר אז אין אלגעמיין זענען מיר‬ ‫גערעכט איבער דעם ענין‪ .‬אונזערע שורות זענען אבער יא געצילט ארויסצוברענגן‬ ‫כאטש די איין זייט פון די מטבע‪ ,‬און אדרבה‪ ,‬אויב נאכן דורכליינען די שורות בכובד‬ ‫ראש‪ ,‬און עס אויסשמועסן מיט א געהעריגן דעת תורה – א זאך וואס איז דערווייל‬ ‫נאכנישט געטון געווארן – וועט מען באשליסן אז מיר זענען נישט גערעכט‪ ,‬וועלן‬ ‫מיר באלד אויפגעבן אלע אונזערע טענות‪.‬‬ ‫עס נויטיגט זיך אבער בפירוש א קלארער דעת תורה‪ ,‬וואס מעג מען טון‪ ,‬וואס‬ ‫דארף מען טון‪ ,‬און וועלכע זאך אויב מען טוט עס גרעניצט זיך עס מיט רשעות און‬ ‫שפיכות דמים‪.‬‬ ‫דער פראבלעם ווערט גערופן ביי אונזער ציבור מיטן נאמען “תורה ישיבות”‪ ,‬דאס‬ ‫זענען די ישיבות “באר התורה”‪“ ,‬היכל התורה”‪“ ,‬מבצר התורה” און “קרן התורה”‪.‬‬ ‫מאנכע וועלן דאס זיכער אנקוקן מיט פארוואונדערטע אויגן‪“ ,‬א פראבלעם”?‬ ‫די ישיבות שמ’ן אלע מיט זייערע גוטע נעמען‪ .‬פארוואס עפעס רופן מיר דאס אן‬ ‫“פראבלעם”?‬ ‫מיר לייקענען אויך נישט דעם פאקט‪ ,‬אז אין די ישיבות זענען דא געוויסע גוטע‬ ‫חלקים‪ .‬אבער פון די אנדערע זייט זענען מיר קלאר איבערצייגט אז דער איצטיגער‬ ‫סיסטעם וויאזוי די ישיבות ארבעטן‪ ,‬איז א “פראבלעם”!‬ ‫און נישט בלויז א מינדערוויכטיגער‪ ,‬נאר ליידער גאר א גרויסער און פארצווייגטער‬ ‫פראבלעם‪ ,‬וואס דארף אנצינדן א רויט לעמפל ביי יעדן איינעם וועמענ’ס קינדער‬ ‫לערנען אין אונזערע הייליגע מוסדות און עווענטועל וועט אנקומען די צייט ווען ער‬ ‫וועט זיך אויך זען אין דעם “פראבלעם”‪.‬‬ ‫מיר וועלן אין די פאלגענדע שורות פרובירן זיך צו האלטן צו א גלייכע ליניע‪ ,‬און‬ ‫ארויסברענגן די כלליות’דיגע פראבלעמען וואס איז נוגע דעם גאנצען סיסטעם‬ ‫אויפאמאל‪ ,‬און נישט פארקריכן צו זייטיגע פראבלעמען וואס ּפלאגן טייל פון די‬ ‫ישיבות (א זאך וואס דארף אויך אויסגעשמועסט ווערן‪ ,‬אבער נישט דאס איז אונזער‬ ‫ציל‪ ,‬און עס איז נישט דא דאס ארט דערצו‪).‬‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫ג‬

‫בקשה נחוצה‬ ‫איידער אלעם דארפן מיר מקדים זיין א בקשה נחוצה‪ .‬דער ציל פון די‬ ‫פאלגענדע שורות איז‪ ,‬אז עס זאל בעזהשי”ת ברענגן דעם בעסטן תכלית‬ ‫פאר אונזערע קינדער‪ ,‬איצטיגע און צוקונפטיגע בחורי חמד שיחי’‪ .‬עס‬ ‫איז אין שארפסטן קאנטראסט פון חינוך הבנים‪ ,‬אויב דער קונטרס קומט‬ ‫אן צו די הענט פון יונגע בחורים אדער קינדער‪ .‬מיר בעטן זייער אז די‬ ‫עלטערן זאלן חס זיין אויף זייער פלאג‪ ,‬און בשום אופן נישט צולאזן אז‬ ‫קינדער און בחורים זאלן דאס ליינען‪.‬‬ ‫בכלל בעטן מיר זייער‪ ,‬אז מען זאל ליינען די שורות מיטן ריכטיגן כובד‬ ‫ראש‪ ,‬און נישט בלויז מן השפה ולחוץ‪ .‬אין יעדע שורה איז טובא גניז‬ ‫בגווי’‪ ,‬עס רעדט זיך פון יסודות’דיגע ענינים וואס איז באמת נוגע דעם‬ ‫עתיד פון אונזערע מוסדות און אונזער קהלה‪ ,‬עס איז דעריבער כדאי אז‬ ‫מען זאל דורכליינען פון דעקל צו דעקל מיטן ריכטיגן שימת לב‪.‬‬

‫פרק א’‬ ‫גרינדונג פון די ישיבות‬ ‫ווי אזוי איז דער איצטיגער סיסטעם געבוירן געווארן?‬ ‫אויב עס זאל איצט אויפשטיין איינער וואס האט ביז היינט נישט געהאט קיין‬ ‫שייכות צו אונזערע קהלה‪ ,‬און ער זעט די שיינע גרויסע קהלה און די הערליכע‬ ‫מוסדות הק’ וואס מיר פארמאגן ב”ה דאהי אין וויליאמסבורג‪ ,‬וואלט ער זיך זיכער‬ ‫פארגעשטעלט אז דער סיסטעם פון די “תורה ישיבות” וואו די בחורים לערנען נאכן‬ ‫ארויסגיין פון די מוסדות‪ ,‬איז זיכער באשלאסן געווארן בכובד ראש אז דאס איז‬ ‫דער פאסיגסטער סיסטעם פאר תכלית פון יעדן תלמיד וואס קומט ארויס פון די‬ ‫מוסדות‪.‬‬ ‫דער מציאות איז אבער אז ס’איז נישט אזוי געווען‪.‬‬ ‫ווען די ערשטע ישיבה‪ ,‬און אזוי ווייטער די נאכפאלגענדע ישיבות זענען געגרינדעט‬ ‫געווארן‪ ,‬איז עס ווירקליך געווען א “ישועה” פאר קהלתינו הק’‪ .‬עס זענען דעמאלט‬ ‫געווען די שווערע און פיינפולע יארן וואס קהלתינו איז דורך‪ ,‬קיין פרישע מוסדות‬ ‫האט מען נאכנישט געקענט גרינדן‪ ,‬און אין די צייט זענען די בחורים‪ ,‬קינדער פון‬ ‫אנ”ש‪ ,‬במישרין ובעקיפין גע’רודפ’ט געווארן אין די ישיבות וואו זיי האבן דאן‬ ‫געלערנט‪ ,‬פאר דעם “חטא” פון נישט מיטגיין אין שפאן‪ .‬אזוי אז כדי די בחורים זאלן‬ ‫ד‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫האבן א געהעריג ארט וואו נתגדל צו ווערן אין א “היימישע” אטמאספערע‪ ,‬האט‬ ‫מען דאן געגרינדעט די ערשטע ישיבה‪.‬‬ ‫בימים ההם איז יעדער בחור וואס איז איינגעשריבן געווארן אין די ישיבה‪ ,‬געווען‬ ‫א געווינס‪ ,‬און ווער עס איז פארבליבן אינעם דעמאלסדיגן “סיסטעם” האט געקענט‬ ‫זיין א שטארקער פארלוסט‪ .‬אנ”ש האבן לייכטער אפגעאטעמט ווען זייערס א בחור‬ ‫האט זיך געפונען אין אן אייגענעם ראם פון א ישיבה‪.‬‬ ‫עס האט יעדער פארשטאנען אז דאס גרינדן די ישיבה האט געהאט “בלויז”‬ ‫דעם דערמאנטן ציל‪ ,‬און בשעתו האט עס פיל אויפגעטון אויף דעם געביט‪ .‬צוליב‬ ‫שפעטערע יארן געווען מער בחורים פון‬ ‫פארשידענע סיבות (שאכמ”ל) זענען אין די ּ‬ ‫וויפיל די ערשטע ישיבה האט אריינגענומען‪ ,‬און דאן האט מען כסדר געגרינדעט די‬ ‫נאכפאלגענדע ישיבות‪ .‬אזוי ארום איז כסדר צוגעקומען נאך ישיבות‪ ,‬ביז מען האלט‬ ‫היינט ביי ‪ 4‬סאטמארער ישיבה קטנות דאהי אין וויליאמסבורג‪.‬‬

‫א נייער מצב ב”ה‬ ‫כהיום יום האלט מען ב”ה‪ ,‬אז מען האט שוין יא געגרינדעט אייגענע מוסדות‪,‬‬ ‫וועלכע זענען לשם ולתפארת אין די גאנצע שטאט און אומעטום איבער די וועלט‪.‬‬ ‫פארשטייט דעריבער יעדער איינער‪ ,‬אז ווען א קינד איז אויפגעצויגן געווארן אינעם‬ ‫זעלבן מוסד אנגעהויבן פון ווען ער איז צוויי‪-‬א‪-‬האלב יאר ביז ווען ער ווערט דרייצן‪-‬‬ ‫פערצן יאר‪ ,‬קען דער מוסד נישט זאגן‪ ,‬אז ביז איצט האב איך געהאט אן אחריות‬ ‫אויף דיר‪ ,‬און פון איצט און ווייטער האב איך מער מיט דיר גארנישט‪ ,‬גיי סעטל דיך‬ ‫אליינס‪ .‬עס איז אזא סדר נישט דא אין די גאנצע וועלט!‬ ‫יעדע תלמוד תורה פון די קלענסטע חסידות‪ ,‬ווערט נאכגעפאלגט מיט א ישיבה‬ ‫קטנה‪ ,‬און אפטמאל אויך א ישיבה גדולה וואו די תלמידים קענען שטייגן ביז די‬ ‫חתונה‪ ,‬אדער לכה”פ ביז מען קומט צום עלטער פון ישיבה גדולה‪.‬‬ ‫נארמאל וואלט טאקע יעדער פארשטאנען‪ ,‬אז די “תורה ישיבות” זענען טאקע‬ ‫דאס‪ .‬עס איז טאקע נישט דער זעלבער מוסד‪ ,‬אבער עס פאלגט נאך אלס ישיבה‬ ‫קטנה פון אונזער תלמוד תורה דא אין וויליאמסבורג‪.‬‬

‫איז עס אזוי?‬ ‫אזוי וואלט געדארפט זיין‪ .‬אבער ווער עס האט שוין געהאט א זון וואס איז אריין‬ ‫לערנען אין די ישיבות‪ ,‬ווייסט דעם ביטערן פאקט‪ ,‬אז עס איז דייקא נישט אזוי‪ .‬יעדע‬ ‫ישיבה איז א ישיבה פאר זיך‪ ,‬און קיין איינע פון די ישיבות האט נישט דעם אחריות‬ ‫אנצונעמען די תלמידים וואס קומען ארויס פון אונזער תלמוד תורה‪.‬‬ ‫אדרבה‪ ,‬אויב וואלט טאקע דאס געווען דער פאל‪ ,‬אז די ישיבות זענען ווי די ישיבה‬ ‫קטנה פון די מוסדות‪ ,‬פארשטייט יעדער באזעצענער מענטש‪ ,‬אז עס דארף זיין א‬ ‫יושר’דיגער סיסטעם‪ .‬דהיינו‪ ,‬אז עס זאל זיין איינער וואס זאל האבן דעם תפקיד‪ ,‬צי‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫ה‬

‫זאל עס זיין דער מנהל רוחני פון תלמוד תורה‪ ,‬צי דער ועד החינוך פון די מוסדות‪,‬‬ ‫וואס זאל איינטיילן יעדן תלמיד פון תלמוד תורה אין וועלכע ישיבה צו לערנען‪ ,‬און‬ ‫וואו ער זאל ממשיך זיין צו שטייגן ווייטער בימי בחרותו‪ ,‬ווי עס איז דער סדר ביי‬ ‫געווענליכע מוסדות התורה‪.‬‬ ‫און אפילו אויב האט מען באשלאסן אז דער געווענליכער שטייגער פון א “ישיבה‬ ‫קטנה” איז נישט אויסגעהאלטן‪ ,‬איז אבער אמאל זיכער‪ ,‬אז דער מוסד וואו א קינד‬ ‫לערנט ביז די דרייצן יאר‪ ,‬דארף ווייטער זארגן אז ער זאל האבן א געהעריג ארט וואו‬ ‫צו לערנען ווייטער‪.‬‬ ‫ווער עס האט שוין מיטגעהאלטן דעם סיסטעם ווייסט אבער (און ווער נישט‪,‬‬ ‫זאל אוודאי נישט וויסן וואס דאס מיינט‪ )...‬אז דער סיסטעם איז ליידער זייער‬ ‫א ווייטאגליכער און פיינפולער‪ .‬שוין פון אנהייב זומער זמן(!) הייבט זיך אן די‬ ‫רעגיסטראציע צו די ישיבות‪ ,‬און עס הייבט זיך אן א גאנצער געיעג פון די ישיבות‪,‬‬ ‫ווער עס “כאפט” דעם בחור‪ ,‬און ווער עס לאזט איבער דעם אנדערן בחור‪.‬‬

‫דריי דרגות ביי בחורים‬ ‫וועמען כאפט מען?‬ ‫עס איז באקאנט דער מאמר חז”ל” כשם שאין פרצופותיהם שוות כך אין דיעותיהם‬ ‫שוות”‪ ,‬און אויב זענען דא הונדערט תלמידים אין כתה ט’ פון די מוסדות‪ ,‬זענען דא‬ ‫הונדערט ערליי בחורים‪ ,‬איינער נישט גלייך צום צווייטן‪ .‬אבער אין אלגעמיין זענען‬ ‫די בחורים איינגעטיילט אין דריי קאטעגאריעס‪ ,‬עס זענען דא מצויינים‪ ,‬בינונים און‬ ‫שוואכערע‪.‬‬ ‫איידער מיר גייען ווייטער‪ ,‬פארריכטן מיר שוין אונזערע ווערטער‪ .‬עס איז א טעות‬ ‫גמור און אפילו א שקר מוחלט וואס מיר האבן געשריבן אז עס איז זענען דריי דרגות‬ ‫בחורים‪ .‬נעמט אין באטראכט‪ ,‬עס איז די רעדע פון יונגע בחורים‪ ,‬וואס זענען קוים‪,‬‬ ‫אדער אפילו נאכנישט‪“ ,‬בר מצוה”‪ .‬א גרויס חלק פון זיי זענען נאכנישט קיין דרייצן‬ ‫יאר אלט!‬ ‫אדרבה זאגט אליין‪ ,‬אין דעם יונגען עלטער‪ ,‬ווער האט אפגעמאכט אז דער בחור‬ ‫איז א “מצוין” און דער א “שוואכער”? דער “בחור” האט נאך געהאט קוים צייט‬ ‫אנצוהייבן צו שטייגן‪ .‬דער וואס איז היינט א מצוין קען גאר זיין אז מארגן ‪ -‬ויש מחר‬ ‫לאחר זמן ‪ -‬גאר א “שוואכער” און ווער עס איז איצט א בינוני קען ביז א קורצע צייט‬ ‫שטייגן אלס מצוין שבמצוינים‪ ,‬ווי דער מציאות באווייזט דאס טאג טעגליך‪ .‬איז‬ ‫ווי אזוי איז בכלל שייך אפצושאצן די “בחורים” אין וועלכע דרגה דער בחור ווערט‬ ‫אריינגעשטעלט?‬ ‫און אפילו מען זאל זאגן אז מען קען יא שוין איצט וויסן ווער עס איז א מצוין‪ .‬וואס‬ ‫אבער ברענגט דערצו אז א בחור זאל פארצייכנט ווערן אלס מצוין? איינער איז מער‬ ‫ירא שמים און האט אבער א שוואכערן קאפ‪ ,‬א צווייטער האט א שארפן מח‪ ,‬אבער‬ ‫ו‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫זיינע מדות זענען ווייט נישט ווי עס דארף צו זיין‪ .‬איינער איז א מקבל‪ ,‬א צווייטער‬ ‫א מתמיד‪ ,‬א דריטער סתם א וואויל קינד‪ .‬ווער האט אפגעמאכט וואס פאר א סארט‬ ‫קינד מען באצייכנט אלס מצוין‪ ,‬און וועמען אלס בינוני צי גאר שוואך?‬ ‫אבער לאמיר דאס איצט לאזן אין די זייט‪ .‬פאקט איז‪ ,‬אז באשר הוא שם טיילט מען‬ ‫איין די בחורים אין די דריי דרגות‪ ,‬און עס דארף צו הייסן‪ ,‬אז יעדע ישיבה באקומט‬ ‫א דריטל מצוינים‪ ,‬א דריטל בינונים און א דריטל שוואכע‪.‬‬ ‫אזוי “דארף עס צו עס צו הייסן” און מען קען זיך נישט פארהוילן פונעם פאקט‪ ,‬אז‬ ‫טיילווייז איז טאקע דאס דער סדר‪ ,‬אז ווען טייל פון די ישיבות הייבן אן א נייעם זמן‪,‬‬ ‫זענען אהין אריינגעקומען א פרישער מספר פון בחורים לויט דעם דערמאנטן סדר‬ ‫פון בחורים פון אלע דריי דרגות‪.‬‬ ‫אבער וואס טוט זיך ביז אהין? וואס געשעט ביז די תלמידים ווערן מסודר איש איש‬ ‫על מקומו ודגלו?‬ ‫קודם הייבט זיך אן דער געיעג צווישן די ישיבות‪ .‬די בחורים וואס מען האט‬ ‫אפגעמאכט אז זיי זענען “מצוינים” ווערן גלייך צעכאפט צווישן די ישיבות‪ ,‬און מען‬ ‫רייסט זיך נאך זיי‪ .‬יעדע פון די ישיבות זוכט נאכצומאכן איינער דעם צווייטן‪ ,‬און אויב‬ ‫האט איין ישיבה באשלאסן אז מיר זענען בעיקר פאר מצוינים‪ ,‬זוכט יעדער דייקא‬ ‫אריינצונעמען “נאר” מצוינים‪ .‬אזוי אז אין די צייט וואס אמאל האט מען געוואוסט‬ ‫אז א ישיבה איז “בלול מכולם” פון אלע סארט תלמידים‪ ,‬איז היינט דער געדאנקן‬ ‫גאנג‪ ,‬אז ארייננעמען נעם איך “בעיקר” מצוינים‪ ,‬כ’האב אבער נישט קיין ברירה‪ ,‬נעם‬ ‫אריין “אויך” בינונים‪ ,‬און בלית ברירה ממש‪ ,‬אויך אביסל שוואכע‪.‬‬ ‫אזוי ארום רייסן זיך אלע ישיבות ארום איבער די מצוינים‪ ,‬און עס פארבלייבן די‬ ‫בינונים און שוואכע‪ .‬די בינונים וואס זייערע עלטערן זענען פארמעגליך‪ ,‬און די‬ ‫הנהלה רישט זיך אז מען וועט מען זיי נישט האבן קיין שוועריגקייטן ביים באקומען‬ ‫געלט‪ ,‬אדער קינדער פון עלטערן וואס האבן סיי וועלכע “פראטעקציע” ביי איינס‬ ‫פון די ישיבות‪ ,‬ווערן נאך ווי‪-‬נישט‪-‬ווי מסודר אין א ישיבה‪.‬‬ ‫און די אנדערע בחורים?‬

‫כגלגל החוזר‬ ‫מיט די פארבליבענע בחורים הייבט מען אן זיך ארומצושטויסן ווי מען קערט מיט‬ ‫א בעזעם‪ ...‬יעדער שיקט אים צום צווייטן‪ ,‬און ווען ער איז שוין אנגעקומען צום‬ ‫לעצטן‪ ,‬שיקט מען אים פון דארט צוריק צום ערשטן‪ ,‬און אזוי ווארפט מען זיך ארום‬ ‫מיט’ן בחור וואו ער וואלט געווען א שפילצייג ר”ל‪ .‬דער סך הכל איז‪ ,‬אז יעדע פון‬ ‫די ישיבות שרייט “פארוואס עפעס פונקט איך דארף אים אריינעמען‪ ,‬זאל דער‬ ‫צווייטער זאל ‘פלאגן’ מיט אים”‪.‬‬ ‫עס איז נישט דא קיינער וואס טראגט דעם אחריות אז היות דאס קינד איז ביז איצט‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫ז‬

‫אויפגעצויגן געווארן אין אונזערע מוסדות‪ ,‬דארף מען זען אים צו האלטן ווייטער‬ ‫אין ראם פון די מוסדות‪.‬‬ ‫און “דאס” דארף צו הייסן די נאכפאלגענדע ישיבה קטנה פון די מוסדות!‬ ‫און נאכאמאל‪ ,‬עס איז נישט די רעדע פון ‪ 16-17‬יעריגע בחורים וואס האבן שוין‬ ‫געהאט די מעגליכקייט צו צייגן וואס עס איז זייער ציל אין לעבן‪ ,‬און אז ‪ -‬לאמיר‬ ‫זאגן ‪ -‬ער האלט נישט דערביי ביים שטייגן צי אין תורה‪ ,‬צי אין יראת שמים‪ .‬ניין‬ ‫און ניין‪ .‬עס איז די רעדע פון יונגע בחורימלעך וואס “קיינער” ווייסט נישט וואס‬ ‫עס קען פון דעם בחור אויסשטייגן‪ ,‬ווייל דער בחור האט נאך ניטאמאל געהאט די‬ ‫מעגליכקייט עס אויפצוצייגן‪ .‬ער איז נאך אין קיין ישיבה נישט געווען‪ ,‬ער ווייסט‬ ‫אפילו נישט וואס עס איז אנדערש די ישיבה אטמאספערע פון דעם חדר וואו ער איז‬ ‫אויפגעוואקסן ביז היינט‪ ,‬און שוין‪ ,‬נאך אין דעם פריען עלטער‪ ,‬ווען דער בחור איז‬ ‫נאך כמעט אן אפרוח שלא נפתחו עיניו‪ ,‬איז ער שוין ווי אפגעסטעמפלט‪ ,‬אז ניין‪ ,‬פון‬ ‫אים וועט שוין גארנישט אויפוואקסן‪.‬‬ ‫האט מען שוין טאקע אזוי ווייט ארויס דעם בחור‪ ,‬אז מען קען שוין אפמאכן אז עס‬ ‫לוינט שוין אפילו נישט אים אריינצונעמען אין די ישיבה?‬ ‫איז דאס יושר? איז דאס גערעכט? איז דאס א הנהגה כפי התורה? דאס מיינט חינוך?‬ ‫קען מען אויף דעם מהלך ערציען צוקונפטיגע דורות?‪.‬‬

‫א ישיבה אדער א כולל?‬ ‫און מיר ערלויבן זיך עס צו פרעגן אפן‪ .‬לו יצויר אז מען ווייסט יא‪ ,‬אז דער און‬ ‫דער בחור איז ריכטיג א “בינוני” צי גאר אמת’דיג “שוואך”‪ .‬פארוואס איז א ישיבה‬ ‫געמאכט געווארן אויב נישט מגדל צו זיין יונגע בחורים?! א ישיבה איז עפעס א‬ ‫“כולל” וואו די בחורים קומען זיך צוזאם לערנען אין אן ארגאניזירטן ראם? א ישיבה‬ ‫איז דאך געמאכט פאר “דעם” אז מען זאל דארט “ארבעטן” מיט די בחורים‪ ,‬מ’זאל‬ ‫פון א שוואכן בחור מאכן א בינוני‪ ,‬פון א בינוני א מצוין‪ ,‬און צו פארזיכערן בעזהשי”ת‬ ‫אז דער “מצוין” בלייבט מצוין אדער גאר שטייגן נאך העכער‪.‬‬ ‫ווי ווייטאגליך איז וואס א חשוב’ער מרביץ תורה האט זיך אויסגעדרוקט איבער‬ ‫דעם מצב‪ ,‬אז עס איז געווארן אזא מצב אז פון די אמאליגע “דראפ‪-‬אוטס” וואס‬ ‫מען האט צוליב פארשידענע סיבות געמוזט אוועקשיקן אן ערוואקסענעם בחור פון‬ ‫די ישיבה צוליב פראבלעמען וואס ער האט אנגעמאכט‪ ,‬איז היינט געווארן “פוש‪-‬‬ ‫אוטס”‪ .‬מען זוכט ארויסצושטופן וואס מער בחורים (לייען‪ :‬אינגלעך!) פון די ישיבה‪,‬‬ ‫אן קיין שום בארעכטיגטע סיבה‪.‬‬

‫דער חורבן אין כתה ט’‬ ‫אלענפאלס האלטן מיר ביי דעם‪ ,‬אז מען הייבט אן זיך צו ווארפן מיט די בחורים‪,‬‬ ‫וואס לאמיר נישט פארגעסן‪ :‬עס איז די רעדע פון צוועלף‪-‬דרייצן יעריגע בחורים;‬ ‫ח‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫קינדער וואס קומען קוים לכלל דעת‪.‬‬ ‫אין א זייטיגן נאטיץ מעג‪ ,‬און עס דארף‪ ,‬ארויסגעברענגט ווערן דעם גרויסן סייעתא‬ ‫דשמיא צו וואס די הנהלת המוסדות האט זוכה געווען‪ ,‬אז אויף די עלטסטע כתה אין‬ ‫די תלמוד תורה‪ ,‬וועלכע ווערט גערופן מיט’ן נאמען “כתה מכינה לישיבה קטנה” איז‬ ‫אויפגענומען געווארן אזא ענערגישער און טאלאנטפולער מנהל רוחני ווי הרה”ח ר’‬ ‫יודא בער טעלער שליט”א‪ ,‬וואס זיין הצלחה דארף מען קיינעם נישט פארשטעלן‪.‬‬ ‫עס רעדט פאר זיך אליינס‪ .‬הר”ר יודא בער שליט”א לייגט אריין אזעלכע כחות וואס‬ ‫ווערט באוואונדערט דורך די ערפארענסטע מחנכים און מרביצי תורה שליט”א‪.‬‬ ‫זאל אים השי”ת געבן ווייטערדיגע כוחות צו קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש‪.‬‬ ‫עס ווייסט אבער יעדער אז עס איז דייקא נישט קיין לייכטע ארבעט‪ .‬יעדער מלמד‬ ‫און מרביץ תורה ‪ -‬אפילו פון גאר יונגע כתות ‪ -‬ווייסט‪ ,‬אז פון ווען די תלמידים הייבן‬ ‫אן צו לערנען ביי אים‪ ,‬נעמט א שטיק צייט ביז דער מחנך באקענט זיך מיט די קינדער‪.‬‬ ‫אנהייב יאר קען ער נאכנישט די תלמידים‪ .‬ביסלעכווייז הייבט ער אן ארויסצוהאבן‬ ‫דעם מהות פונעם תלמיד‪ ,‬דאן נעמט א שטיק צייט ביז ער האט ארויס דעם “על פי‬ ‫דרכו” פון יעדן תלמיד באזונדער‪ ,‬וואס און ווי אזוי מען דארף מיט אים ארבעטן‪ ,‬און‬ ‫אזוי ווייטער גענוי אלע פרטים‪ ,‬וואס דאס אלעס דויערט עטליכע חדשים‪ ,‬ביז מען‬ ‫קען געהעריג אנהייבן צו ארבעטן אויף דעם התעלות פון יעדן תלמיד‪.‬‬ ‫וכך הוא דרכה של תורה‪ ,‬איז אזוי דער אנגענומענער סיסטעם אין אלע מוסדות‬ ‫התורה‪ ,‬און עס וואלט זייער גוט געקענט ארבעטן אויך ביי אונז אין די מוסדות‪,‬‬ ‫ובפרט מיט אזא געראטענעם מנהל ווי הר”ר יודא בער שליט”א‪.‬‬ ‫איז אבער די מעשה‪ ,‬אז דער איצטיגער סיסטעם איז ממש א “חורבן” פאר די‬ ‫תלמידים‪ .‬קוים קוים וואס די מרביצי תורה קענען זיך שוין אביסל אויס מיט די‬ ‫תלמידים‪ ,‬מען ווייסט שוין ווי אזוי מען קען און מען דארף האנדלען מיט יעדן תלמיד‬ ‫באוזנדער‪ ,‬און שוין דערזעען זיך די תלמידים אין א “פארמעסט” ווער פון זיי עס‬ ‫וועט געפעלן ווערן פאר די הנהלה פון איינס פון די ישיבות‪ ,‬און ווער נישט‪ .‬כמעט א‬ ‫גאנצן זומער זמן זענען די תלמידים פון כתה ט’ פארנומען מיט דעם איינעם פרט‪ ,‬צו‬ ‫בין איך יא אנגענומען אין איינס פון די ישיבות צו נישט‪.‬‬ ‫די עטליכע מיוחסים וואס זענען אנגענומען געווארן אין די ישיבות צוליב זייער‬ ‫“נאמען” אלס מצוין‪ ,‬מיט זיי קען מען ווייטער ארבעטן‪ .‬און די פארבליבענע תלמידים?‬ ‫נישט בלויז ווען זיי מאכן דעם ערשטן טריט אין עולם הישיבות‪ ,‬נאר נאך דאן ווען‬ ‫זיי געפונען זיך אין זייער בעסטן יאר אין תלמוד תורה‪ ,‬זיי קענען אין דעם האלבן‬ ‫יאר אזויפיל שטייגן און נתעלה ווערן‪ ,‬ווערט פאקטיש די צייט פאר’תכל’עוועט פאר‬ ‫אזעלכע פוסטע שטותים – אלעס צוליב דעם אז די און יענע ישיבה זאל נישט טראגן‬ ‫דעם נאמען‪ ,‬אז זיי האבן ח”ו לייכטערהייט אריינגענומען אין אירע ראמען א בחור‬ ‫וואס מען וועט אביסל מער זיך דארפן פלאגן מיט אים‪...‬‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫ט‬

‫על משכבי בלילה‬ ‫וואס פאסירט מיט די תלמידים?‬ ‫עס רייסט ביים הארץ צו הערן די אויפטרייסלענדע עפיזאדן וואס מען הערט‬ ‫ליידער טאג טעגליך‪ .‬גאנצע חדשים וואס די קינדער האבן נישט קיין מנוחה‪ ,‬זיי‬ ‫קענען נישט שלאפן ביינאכט אלעס צוליב דעם פחד אז מען וועט זיי נישט אננעמען‬ ‫אין קיין ישיבה‪.‬‬ ‫א טאטע וואס האט מיט בלויז דריי יאר צוריק זיך מוסר נפש געווען‪ ,‬און‬ ‫ארויסגענומען זיין זון פון די ארגאניזירטע מוסדות‪ ,‬מיטן ציל אז ער זאל פון קינדווייז‬ ‫אן אויפגעצויגן ווערן אין די היימישע אטמאספערע‪ ,‬איז איצט באזארגט‪ ,‬ווער ווייסט‬ ‫צו מען וועט אים איצט בכלל אננעמען אין איינס פון די “סאטמארער” ישיבות?‬ ‫ער זארגט זיך נישט צי מען וועט אים אננעמען אין אלכסנדר‪ ,‬צי אין פאפא‪ .‬ניין!‬ ‫ער זארגט זיך צי מען וועט זיין זון פון די סאטאמרער תלמוד תורה‪ ,‬אננעמען אין א‬ ‫סאטמארער ישיבה!‬ ‫א פחד!‬ ‫און די תלמידים אליינס? וויפיל בערד זענען שוין ווייס געווארן פון דעם פאקט‪ ,‬אז‬ ‫עלטערן דערזעען זיך בין יום ובין לילה‪ ,‬ווי דאס טייערעסטע וואס זיי פארמאגן‪ ,‬די‬ ‫כתה ט’ תלמידים‪ ,‬ווערן פארוואנדלט אין צובראכענע שארבענס‪ .‬די יונגע קינדער‬ ‫פארלירן זיין לעבנס‪-‬לוסט‪ .‬זיי ווערן צעבראכן און פארטרויערט‪ ,‬אסאך תלמידים‬ ‫נעמען זיך דאס אזוי שטארק צום הארצן‪ ,‬אז זיי ווערן גענצליך מוטלאז‪ .‬זיי קענען‬ ‫נישט עסן בייטאג און נישט שלאפן ביינאכט‪ ,‬און אויב איז נישט גענוג די טרערן‬ ‫וואס זייערע עלטערן פארגיסן טאג טעגליך‪ ,‬קומט דערצו צו דער וויי‪-‬געשריי פון‬ ‫די יונגע קינדער וואס ווייסן נאך ניטאמאל ווי אזוי מען באגייט זיך צו סיי וועלכע‬ ‫דורכלעבעניש‪ .‬עס איז ביי זיי עק וועלט!‬ ‫דאס אלעס איז מעשים בכל יום‪ ,‬ווי עלטערן דערציילן דאס מיט אויסטערלישן‬ ‫ווייטאג‪ .‬און נישט בלויז די עלטערן דערציילן עס‪ .‬עס איז ליידער הארצרייסנד‬ ‫די שוידערליכע פאקטן וואס היימישע טעראפיסטן גיבן איבער‪ ,‬אז זיי האבן שוין‬ ‫געהאט פעלער פון תלמידי מוסדותינו הק’ וואס האבן געדארפט צוקומען צו‬ ‫ספעציעלע הילף‪ ,‬אז מען זאל זיי צוריק אויפבילדן‪ ,‬נאך די עטליכע שווערע און‬ ‫פיינפולע חדשים וואס זיי זענען אריבער‪ .‬עס האט אויף די תלמידים איבערגעלאזט‬ ‫א שטארקן עפעקט‪ ,‬פון וואס זיי האבן זיך שווער געקענט ערהוילן‪.‬‬ ‫און אויב איינער זאגט אז ער נעמט אויף זיך דעם אחריות אז דער איצטיגער‬ ‫סיסטעם איז אויסגעהאלטן‪ ,‬ווער נעמט אבער “דעם” אחריות‪ ,‬מצער צו זיין און‬ ‫צוגרינד צולייגן אזעלכע יונגע בחורים?!‬

‫מי ומי ההולכים?‬ ‫י‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫און דאס איז אלעס קינער פון עלטערן משופרא דשופרא‪ ,‬עלטערן וועלכע פירן די‬ ‫שענסטע הייזער‪ ,‬וואס “קיינער” קען אויף זיי נישט אנצייגן אז צוליב זיין פראסטקייט‬ ‫אדער ענליכע סיבות וויל מען נישט אננעמען זיין זון אין די ישיבה‪ .‬עס איז נישט‬ ‫דער פאל אז מען האט זיך “דערוואוסט” אז ביי יענעם אין שטוב געפונט זיך דער‬ ‫טריפה’נער אינטערנעט‪ ,‬צו אז דער טאטע האט אמאל בטעות איבערגעגעבן פאר‬ ‫זיין זון אין די הענט א “בלעקבערי”‪ .‬עס זענען אזעלכע עלטערן וואס זענען נאך‬ ‫בטעות נישט נכשל געווארן אין קיין איינס פון די דערמאנטע זאכן‪.‬‬ ‫עס איז פשוט‪ ,‬ווייל דער בחור טראגט דעם נאמען אלס עטוואס שוואכער פון א בחור‬ ‫הארעלע בעסער פון אים‪ ,‬און צוליב דעם איז דער טאטע אפגעסטעמפלט‬ ‫וואס איז א ָ‬ ‫אלס איינער וואס דארף איצט פיר‪-‬פינף חדשים נאכאנאנד זיין אויסגעשטעלט צום‬ ‫פחד‪ ,‬צי דעם זון פאר וועלכע ער האט שוין אזויפיל געאפפערט‪ ,‬וועט אלס יונגער‬ ‫בחור פון דרייצן יאר קענען ממשיך זיין צו לערנען אין א “סאטמארער ישיבה”‪.‬‬ ‫מעג דאס זיין אזוי?‬

‫פארהערן די תלמידים‬ ‫דער סיסטעם האט זיך אזוי איינגעשטעלט‪ ,‬אז שוין אזוי פרי ווי גלייך נאך פסח‪,‬‬ ‫גיט מען אריין “אפליקאציעס” פאר די ישיבות‪ ,‬און די הנהלות הישיבות הייבן אן צו‬ ‫רופן בחורים זיי צו “פארהערן” אויף זייערע לימודים‪ ,‬וואס כלומר’שט רופט מען די‬ ‫בחורים צו מעסטן זיינע קענטעניסן‪ ,‬און צו דערשמעקן אויב דער בחור איז פאסיג‬ ‫אריינצוקומען אין די ישיבה‪.‬‬ ‫איז עס וואר? איז עס ווירקליך?‬ ‫לאמיר כאפן א בליק‪“ ,‬וועמען” רופט מען פארהערן? ווער זענען די וואס זענען זוכה‬ ‫אז זיי זאלן גערופן ווערן צו א פארהער? אלץ ווייטער די זעלבע עטליכע בחורים‬ ‫אפגעסטעמפעלט געווארן אלס “מצוינים”! דאס הייסט אזוי‪ .‬מען‬ ‫ּ‬ ‫וועלכע זענען‬ ‫“וויל” געוואויר ווערן אויף א בחור אויף וועמען מען האט שוין פונקטליך אפגעמאכט‬ ‫פון פאראויס אז ער איז א “מצוין”‪ .‬טא פארוואס רופסטו אים? פארוואס אים פייניגן‬ ‫אומזיסט מיט א פארהער‪ ,‬וואס ער גייט סיי ווי דורכמאכן? און אויב וועט ער נישט‬ ‫קענען וועסטו אים דען נישט אננעמען?‬ ‫וואס טוען יא די פארהערנס אויף? עס גיט די מעגליכקייט פאר די בחורים וועמען‬ ‫מען האט נאך נישט גערופן‪ ,‬אז ער זאל זיך קענען דערוויסן דעם פאקט‪ ,‬אז “איך בין‬ ‫א בחור וואס טראג א נאמען אלס “בינוני” צו גאר אלס שוואכער”‪ .‬און אז איך בין‬ ‫א שוואכער‪ ,‬פארוואס עפעס זאל דער בחור נאך טראכטן פון וועלן אויסנוצן דעם‬ ‫זומער זמן אויף צו שטייגן העכער?‬ ‫עס גייט דורך א וואך נאך א וואך‪ ,‬א חודש נאך א חודש‪ ,‬און א געוויסע מספר בחורים‬ ‫האט מען שוין גערופן צום פארהער‪ ,‬וואס פאר א געפילן האט א בחור וועמען מען‬ ‫האט נאכנישט גערופן? עס הייבט זיך אן א סעריע פון גייסטישע פייניגונגען וואס‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫אי‬

‫דער בחור מאכט מיט! מיט יעדע קריץ וואס דער טיר גיט‪ ,‬און יעדע קלינג וואס דער‬ ‫טעלפאן גיט‪ ,‬שפרונגט ער אויף‪ ,‬אה‪ ,‬זיכער קומט מען מיך שוין רופן‪ ,‬זיכער קלינגט‬ ‫מען שוין פון די ישיבה‪ ,‬אפצושמעסן א צייט ווען איך זאל קומען צום פארהער‪ ,‬און‬ ‫ווי אנטוישט ווערט ער טאג נאך טאג‪ ,‬ווען דער אזוי לאנג‪-‬ערווארטעטער טאג קומט‬ ‫נישט אן‪ .‬דער “בחור” (אויב מען קען אזוי אנרופן א דרייצן יעריג אינגל) ווערט ביי זיך‬ ‫אלץ מער און מער צובראכן‪ .‬ער ווערט אראפגעקלאפט ביי זיך‪.‬‬ ‫מיר אליינס ווייסן פון בחורים וואס דער סיסטעם האט זיי אזוי שטארק עפעקטירט‪,‬‬ ‫אז זיי האבן גענצליך נאכגעלאזט‪ .‬פיינע איידעלער קינדער וואס פלעגן אויפשטיין‬ ‫אפילו פריער ווי פארטאגס‪ ,‬זיי האבן זיך באמת אנגעשטרענגט זיך אויפצופירן‬ ‫מיט אלעם ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬און אפילו בעסער ווי פארלאנגט‪ ,‬אבער ווען עס איז‬ ‫געקומען דער אומגליקליכער מאמענט‪ ,‬עס איז אריבער נישט מער ווי בלויז דריי‪-‬‬ ‫פיר טעג פון ווען מען האט אנגעהויבן צו רופן בחורים פארהערן‪ ,‬און זיי האבן געזען‬ ‫אז זיי זענען נישט צווישן די וואס מען רופט‪ ,‬האבן זיי זיך גענצליך נאכגעלאזט‪.‬‬ ‫זייערע עלטערן זענען פשוט אויסגעגאנגען פון צער צוזעענדיג מיט די אייגענע‬ ‫אויגן ווי טאג נאך טאג פאלן זיי אין די דרגות‪ .‬עס איז געווארן ביי זיי “לא איכפת‬ ‫לי’” ס’האט זיי מער נישט פאראינטרעסירט צו זיין ספעציעל גוט‪ .‬זיי האבן דאס‬ ‫געשפירט אלס שרעקליכער פאטש אין פנים; א ביטערער פיל וואס זיי קענען זייער‬ ‫שווער אראפשלונגן‪.‬‬ ‫דאס הייסט אז מען גענומען קינדער מצוינים‪ ,‬וואס עפ”י סיבה האבן זיי עפעס נישט‬ ‫נושא חן געווען ביי די ישיבות צו באקומען דעם נאמען מצוינים‪ ,‬און וואס האט מען‬ ‫געטון מיט זיי? מ’האט זיי באמת געמאכט אויס מצוינים‪ ,‬און נאכדעם שרייט מען‪,‬‬ ‫וואס ווילסטו‪ ,‬ער איז דאך א שוואכער?‬ ‫ער איז שוואך? “דו” האסט אים שוואך געמאכט! “דו” האסט אים‬ ‫אוועקגע’הרג’ט!‬ ‫קומט עס אזוי‪ ,‬אז ווייל יענעמ’ס טאטע איז נישט אזוי פארמעגליך ווי א צווייטענס‪,‬‬ ‫דארף מען זיין בחור אויסשטעלן צו אזעלכע שרעקליכע עינוים קשים ומרים?‬ ‫און וואס איז מיטן פשוט’ן איסור פון “לשון הרע” און “רכילות” ווען עס איז נישט‬ ‫לתועלת? יעדער בחור ווערט עקסטער אויסגעשמועסט דורך לכה”פ פופצן מענטשן‬ ‫פון אלע ישיבות אויפאמאל‪ ,‬פארוואס? פארוואס קומט זיך פאר א בחור וואס איז‬ ‫נישט באשאנקן געווארן מיט אזא גוטן קאפ‪ ,‬אז מען זאל אזוי ברייט אויסשמועסן‬ ‫זיינע פראבלעמען?‬

‫זאל ער זיך באפלייסן‬ ‫איינס פון די טענות וואס די ממליצים אויפן איצטיגן סיסטעם איז‪ ,‬אז איז כדאי אז‬ ‫די ישיבות זאלן אליינס זיך קענען קלויבן בחורים‪( ,‬לייען‪ :‬זיך ארומווארפן מיט יונגע‬ ‫‪ 12-13‬יעריגע קינדער!) כדי אז דער “בחור” זאל וויסן אז ער דארף זיך צושטעלן‪,‬‬ ‫בי‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫און אז תלמידים וועלן אזוי ארום אלעמאל זוכן צו שטייגן הויך‪ ,‬ווייל זיי ווייסן אז‬ ‫באחד מן הימים וועלן זיי דארפן שטיין פארן “יום הדין” ווען מען וועט פונקטליך‬ ‫באטראכטן זייער גאנצע מהות‪ ,‬צו זען אויב מען קען אים אננעמען אין די ישיבה‪ ,‬און‬ ‫דאס דארף לכאורה ברענגן אן התעלות צווישן די תלמידים‪.‬‬ ‫הייסט אזוי‪ :‬א קינד וועלכער איז נאכנישט קיין דרייצן יאר אלט‪ ,‬דארף ארבעטן‬ ‫(ווען?!) אויף דעם אז מען זאל וועלן טראכטן פון אים אריינעמען אין א ישיבה?‬ ‫דער מורא פון אז מען וועט מעגליך אים נישט וועלן אריינעמען אין א ישיבה‪ ,‬איז‬ ‫“אפשר” גוט פאר עלטערע בחורים פון זעכצן‪-‬זיבעצן יאר‪ ,‬וואס ער פארשטייט אז‬ ‫צוליב וואס אפשר וועט ער באקומען א “לא נתקבל” דארף ער אין די יונגע ישיבה‬ ‫יארן זיך באפלייסן ביים לערנען‪ .‬אבער א צוועלף יעריג אינגל? ווען זאל ער ארבעטן‬ ‫צו באקומען דעם גוטן נאמען? ער האט דאך ניטאמאל קיין צייט ווען צו צייגן אז ער‬ ‫איז ראוי צו באקומען דעם “נתקבל” צו דעם “לא נתקבל”‪.‬‬ ‫די טבע פון קינדער איז פונקט פארקערט‪ .‬ווען מען איז א קינד האט מען נאך ווייט‬ ‫נישט די רצוניות וואס אן ערוואקסענער האט‪ .‬אן ערוואקסענער לעבט שוין מיט א‬ ‫שטיקל חשבון‪ .‬אויב איך וועל טון אזוי און אזוי וועט זיין גוט‪ ,‬און פון טון אזוי מוז איך‬ ‫מיך צוריקהאלטן ווייל עס קען מיר שאטן‪ .‬א יונג קינד טראכט נישט אזוי טיף‪ .‬זיין‬ ‫מהלך המחשבה גייט נישט אויף ווייט‪ .‬אויב טראכט ער בכלל‪ ,‬וועט ער נאר טראכטן‬ ‫וואס עס איז אים גוט אויף איצט‪ ,‬און עס וועט זיך כמעט נישט מאכן אז א קינד זאל‬ ‫אין כתה ח’‪ ,‬צי אפילו אין ערשטן זמן אין כתה ט’ ‪,‬זיך וועלן באפלייסן צו לערנען‪ ,‬כדי‬ ‫ער זאל נישט האבן קיין פראבלעם אריינגענומען צו ווערן אין די ישיבה‪.‬‬ ‫ולו יהא אז די גדולי המחנכים האבן זיך געהאט צוזאמגעזעצט און האבן דאן‬ ‫מחליט געווען‪ ,‬אז יא‪ ,‬אויך אזעלכע יונגע בחורים דארפן שוין דורכגיין דעם גאנצען‬ ‫טראמא פון נישט אנגענומען ווערן אין א ישיבה‪ ,‬איז נישט קיין צייט פון נאכאמאל‬ ‫איבערטראכטן אויב עס איז ווירקזאם? מען זעט דאך בחוש אז היי‪-‬יאר אליינס איז‬ ‫דא אזויפיל ווי דרייסיג קינדער וואס מען קען זיי נישט אזוי לייכט אננעמען אין די‬ ‫ישיבות‪ .‬הייסט דאך דאס אז דער סיסטעם איז אינגאנצען נישט ווירקזאם! ניין?‬ ‫און בכלל‪ ,‬וואס מאכט זיך אויב א בחור פאר וועמען עס האט יא געהאלפן‪ .‬ער‬ ‫האט געהאט דעם אזוי‪-‬שטארק‪-‬געוואונטשענעם פחד‪ ,‬און ער האט זיך שטארק‬ ‫באפלייסט אין אלע ענינים‪ ,‬און ער איז א ריכטיגער מצוין בכל המובנים‪ ,‬נאר צוליב‬ ‫אן אנדערע זייטיגע סיבה האט איין ישיבה אים נישט אנגענומען‪ ,‬צי ווייל די ישיבה‬ ‫איז שוין אנגעפילט און ענליך‪ .‬וואס פאסירט דאן מיט דעם בחור? האט די ישיבה‬ ‫וואס קען אים נישט אננעמען דעם “אחריות” אז ער זאל מסודר ווערן אין אן אנדערע‬ ‫ישיבה? האט סיי ווער אין די מוסדות אן “אחריות” אז מען זאל אים ערגעץ‪-‬וואו‬ ‫אננעמען?‬ ‫דער ווייטאגליכער תירוץ איז אז‪ ...‬ניין‪ .‬נו‪ ,‬מה הועילו חכמים בתקנתם? וואס האט‬ ‫מען אויפגעטון מיט דעם קאמפעטישאן‪ ,‬אויב דער בחור האט סיי ווי גארנישט‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫גי‬

‫עפעס מער מיט דעם וואס ער שטעלט זיך צו געהעריג?‬

‫ווער ברענגט דעם מעסעדזש‬ ‫אבער‪ ,‬לאמיר זאגן אז איז אויסגעהאלטן דער שריט‪ ,‬אז א קינד דארף ביי די ‪10-11‬‬ ‫יאר שוין לעבן מיט דעם פרעשור‪ ,‬אז אפשר וועט מען אים נישט אננעמען אין קיין‬ ‫ישיבה‪ .‬גוט‪ ,‬עס איז אבער זיכער אז דאס מוז גיין מיט א געהעריגן פלאן פון פאראויס‪.‬‬ ‫נאך איידער מען שיקט דעם מעסעדזש‪ ,‬דארף מען פריער וויסן “מיט וועמען” גיי‬ ‫איך שיקן דעם מעסעדזש‪ .‬מ’מוז דאך פריער וויסן ווער עס זענען די קינדער וועלכע‬ ‫דארפן א צו וזירוז‪ ,‬וואס פאר זיי וועט מען מאכן פראבלעמען‪ ,‬כדי מיט זיי צו שיקן‬ ‫דעם מעסעדזש אויך פאר די אנדערע קינדער‪.‬‬ ‫אויב דאס וואלט געווען דער ציל‪ ,‬וואלט דאך געדארפט זיין אז אינמיטן יאר זאלן‬ ‫די מנהלים פון די ישיבות זיך אראפזעצן מיט די מנהלים אין תלמוד תורה‪ ,‬און נעמען‬ ‫פון זיי א פונקטליכע רשימה‪ ,‬די און די קינדער זענען שוואך‪ ,‬און זיי דארף מען אביסל‬ ‫שווערער מאכן‪ ,‬כדי אז אנדערע קינדער זאלן זען אז מען דארף זיך צושטעלן ווי‬ ‫געהעריג צו אלע פארלאנגן פון די ישיבה‪.‬‬ ‫ולא עוד‪ ,‬די אפיציעלע ליניע וואס די ממליצים אויף דעם איצטיגן סיסטעם נוצן‬ ‫כסדר איז דאך‪ ,‬אז “סוף כל סוף ווערן אלע קינדער מסודר אין א ישיבה”‪ .‬וואלט דאך‬ ‫געדארפט זיין‪ ,‬אז אפילו די קינדער פאר וועלכע מען מאכט שוועריקייטן‪ ,‬און מיט‬ ‫זיי שיקט דעם מעסעדזש פאר אנדערע קינדער‪ ,‬וואלטן נאך איידער מען נעמט זיך‬ ‫צו זייערע ביינער זיי צו נוצן אלס “בעזעם שטעקן”‪ ,‬שוין געדארפט זיין פון פאראויס‬ ‫מסודר מיט א ישיבה וואו זיי וועלן עווענטועל לערנען‪ ,‬ווייל מ’מיינט דאך דאס‬ ‫נישט גאנץ ערנסט אז מען וויל זיי טאקע נישט אננעמען‪ .‬מען וויל זיי נאר עטוואס‬ ‫דערשרעקן‪.‬‬ ‫עס וועט אבער יעדער מודה זיין אז דאס אלעס איז נאר “דאמירן בעלמא”; גערעדט‬ ‫אין די וועלט אריין‪ .‬ס’איז נישט קיין פלאן און נישט קיין ציל‪ .‬עס איז א פשוט’ע‬ ‫פא ּפעריי‪ .‬יעדער כאפט אויס די גוטע בחורים‪ ,‬און מען קימערט זיך גאנץ ווייניג‬ ‫ָ‬ ‫מיט די בחורים וועלכע זענען אפגעסטעמפעלט געווארן אלס בינונים און שוואכע‪.‬‬ ‫ווייל‪ ...‬דאס איז “קיין” ישיבה קטנה פון די סאטמארער מוסדות‪ .‬עס איז מעגליך‬ ‫פיינע ישיבות פאר זיך‪ ,‬אבער וואס טוט זיך מיט סאטמאר? דארפן דען די היזיגע‬ ‫סאטמארער מוסדות נישט האבן קיין ישיבה קטנה פאר די תלמידי המוסדות?‬ ‫והי’ כי יאמר עליכם‪ ,‬אפשר איז עס טאקע אזוי? אפשר רעדט מען זיך יא פאר דעם‬ ‫דורך מיט די מנהלים?‬ ‫פארוואס טראכטן אויב מען קען זיי אליינס פרעגן? די מנהלים און די מלמדים‬ ‫זאגן עס אלע‪ ,‬אז עס איז נישט דא אזא זאך‪ ,‬קיינער פרעגט נישט‪ ,‬און קיינעם‬ ‫אינטערעסירט זיך נישט פאראויס אויף גארנישט‪ .‬אויף קיין שום קינד איז נישט דא‬ ‫קיין געהעריגער פלאן ווי אזוי אים מסדר צו זיין אין א ישיבה!‪.‬‬ ‫די‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫“כ’האב אים שוין אריינגעקוועטשט”‬ ‫וואס דארף מען מער פון דעם ווי זיך אביסל גרונטליכער אומקוקן אויפן סיסטעם‪.‬‬ ‫ערשט נאכדעם ווי אלע גוטע בחורים זענען שוין איינגעטיילט אין א ישיבה‪ ,‬און‬ ‫ערשט נאכדעם וואס די בחורים וואס זייערע עלטערן קענען באצאלן ווערן‬ ‫מאמענטאל “מצוינים” און זענען שוין אויך מסודר אין א ישיבה‪ ...‬הייבט זיך ערשט‬ ‫אן דער גאנצער איבערקערניש‪ .‬דעם בחור “קוועטשט” מען אריין אהער‪ ,‬און דעם‬ ‫בחור “קוועטשט” מען אריין אהין‪ ,‬וואו נאר עס געלונגט אים אריינצושטופן אהין‪,‬‬ ‫אן קיין שום פאראויס‪-‬באשטימטער פלאן אז די און די בחורים וועלן מסודר ווערן‬ ‫אין די און די ישיבה‪.‬‬ ‫דאס הייסט אז מען האט געהאט אן “אחריות” פאר די בחורים?‬ ‫לאמיר א מינוט פארקירווערן פונעם ענין און דערציילן א קורצע עובדא‪ .‬עס איז‬ ‫אמאל געקומען א חשובער רב צו מרן רביה”ק בעל דברי יואל זי”ע און דערציילט‬ ‫פארן רבי’ן אז ער פלאנט צו עפענען א ישיבה‪ .‬דער רב איז געווען באקאנט אלס זייער‬ ‫פונקטליכער מענטש‪ ,‬און ער האט פארגעשטעלט פארן רבי’ן דעם סדר היום וואס‬ ‫ער פלאנט איינצושטעלן אין זיין ישיבה‪ .‬דער רבי האט אים געלאזט אויסרעדן‪ ,‬און‬ ‫אים געוואונטשן הצלחה‪ .‬ווען דער רב איז ארויסגעגאנגען רופט זיך דער רבי אן צו די‬ ‫מקורבים‪ ,‬אז דער רב האט באמת זייער א גוטן פלאן‪ ,‬ער ווייסט אבער נישט איין זאך‪,‬‬ ‫אז בחורים זענען נישט קיין ציגל‪ ...‬אז מען בויט א בנין מיט ציגל‪ ,‬לייגט מען איין ציגל‬ ‫העכער די אנדערע מיט א פונקטליכער גלייכקייט‪ ,‬און די ציגל פאלגן‪ ...‬עס בלייבט‬ ‫אזוי און עס רירט זיך נישט פון פלאץ‪ ...‬א בחור אבער קען מען נישט אויסשטעלן‬ ‫ווי א ציגל‪.‬‬ ‫אט די ווערטער האט אונז דערמאנט דאס באקאנטע וואס חז”ל דערציילן אונז‬ ‫אין מסכת סנהדרין דף קי”א‪“ .‬תניא אמר ר’ אלעזר ברבי יוסי פעם אחת נכנסתי‬ ‫לאלכסנדריא של מצרים מצאתי זקן אחד ואמר לי בא ואראך מה עשו אבותי‬ ‫לאבותיך‪ ,‬מהם טבעו בים מהם הרגו בחרב מהם מעכו בבנין”‪ ,‬אסאך פון זיי האט מען‬ ‫דערטרונקן אין ים‪ ,‬אסאך פון זיי האט מען גע’הרג’ט מיט א שווערד‪ ,‬און אסאך פון זיי‬ ‫האט אריינגעקוועטשט אין א בנין‪ .‬זאגט דארט רש”י “מעכו בבנין ‪ -‬היו בונין אותם‬ ‫במקום לבנים”‪ .‬איז דאך באקאנט‪ ,‬אז די מצרים האבן געהאט א פונקטליכן סכום‬ ‫פון ציגל וואס יעדער איד דארף בויען יעדן טאג‪ ,‬ווי דער ּפסוק דערציילט אין ּפרשת‬ ‫שמות‪ ,‬און אויב האט מען נישט געענדיגט דעם צאל‪ ,‬האט מען גענומען די קליינע‬ ‫קינדער‪ ,‬און זיי אריינגעבויט אינעם בנין אנשטאט ציגל ר”ל‪.‬‬ ‫קומט איינער און ער זאגט פאר א טאטן “וואס פארפירסטו‪ ,‬כ’האב שוין‬ ‫‘אריינגעקוועטשט’ דיין בחור אין א ישיבה” זיי צופרידן!‬ ‫אזוי האלט מען בחורים? מ’האט אים אריינגעקוועטשט? מ’האט מיט אים אנגעפילט‬ ‫א לאך? האלט מען עפעס די בחורים פאר “ציגל” וואס דארט וואו עס איז נישט דא‬ ‫גענוג בחורים “קוועטשט” מען אריין נאך בחורים?‪.‬‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫וט‬

‫און בכלל‪ ,‬וואס הייסט אז דו האסט אים אריינגעקוועטשט? וואס איז געווען דיין‬ ‫פלאן פאר דעם? האסט עפעס נישט קיין אחריות אויף אים?‬ ‫ניין! א בחור איז “נישט” קיין ציגל! קיינער דארף נישט אז מען זאל אים אריינקוועטשן‬ ‫דארט וואו מען האט נישט משלים געווען גענוג בחורים‪ .‬יעדער בחור איז בארעכטיגט‬ ‫אז מען זאל אים געהעריג מסדר זיין אין א ישיבה‪.‬‬

‫די עלטערן דארפן באקומען א מעסעדזש‬ ‫אנדערע זענען דא וואס טענה’ן אז אין הכי נמי‪ ,‬דער סיסטעם איז נישט געצילט‬ ‫צו באפלייסן די קינדער זעלבסט‪ ,‬עס מיינט נאר גאר עפעס אנדערש‪ .‬עס איז אזא‬ ‫סארט מעסעדזש פאר די עלטערן‪ .‬דער טאטע זאל וויסן אז ער האט אן אחריות‬ ‫פאר זיין קינד‪ ,‬ער דארף אריינלייגן אין אים כוחות און זיכער מאכן אז ער שטייגט‬ ‫אין לערנען און אין יראת שמים‪ ,‬ווייל אז נישט וועט ער שפעטער האבן פראבלעמען‬ ‫מיט זיין זון‪.‬‬ ‫יתכן אז עס איז אמת‪ .‬עס איז מעגליך אז עס זענען דא טאטעס וואס אויב גייט‬ ‫אלעס סיסטעמאטיש ווייסן זיי ניטאמאל אז זיי האבן א קינד‪ ...‬אבער ווער זאגט אז‬ ‫צוליב דעם אומזיניגן טאטן איז דאס קינד חייב מיתה? ווער האט געגעבן רעכט שופך‬ ‫דם צו זיין פארן קינד ווייל זיין טאטע האט נישט דעם דעת זיך געהעריג אפצוגעבן‬ ‫מיט אים?‬ ‫און בכלל דארף מען אין באטראכט נעמען‪ ,‬האט עס טאקע גענוצט? איז מען טאקע‬ ‫אנגעקומען צו דעם ציל? אדרבה‪ ,‬וויפיל קינדער פון אזעלכע עלטערן וואס האבן זיך‬ ‫נישט געהעריג אומגעקוקט אויף זיי‪ ,‬זענען פארט אויסגעשטיגן מצוינים‪ ,‬און פון‬ ‫די אנדערע זייט‪ ,‬קינדער וואס זייערע עלטערן האבן יא אריינגעלייגט כוחות זענען‬ ‫נישט אויסגעשטיגן גענוי ווי זייערע עלטערן האבן געוואלט‪ .‬עס קען זיין דערביי‬ ‫פארשידענארטיגע סיבות וואס איז נישט דא דאס ארט אריינצוגיין דערין‪ ,‬אבער סך‬ ‫הכל איז‪ ,‬אז פון דעם סיסטעם וואס איז איינגעשטעלט כדי צו שיקן א מעסעדזש‬ ‫פאר די עלטערן וואס קוקן זיך נישט אום אויף די קינדער‪ ,‬ליידן גאר די עלטערן די‬ ‫עלטערן וואס קוקן זיך יא אום אויף די קינדער‪.‬‬ ‫האט עס ווייטער נישט געברענגט דעם ריכטיגן תכלית‪ ,‬טא פארוואסזשע אומזיסט‬ ‫פייניגן די קינדער?‬

‫איז עפעס איינעם מחייב?‬ ‫אדרבה‪ ,‬אויב “דער” סיסטעם איז אנשטאט די ישיבה קטנה פון אונזערע מוסדות‪,‬‬ ‫פארשטייט דאך יעדער אז די ישיבות ארבעטן אלע מיט’ן זעלבן ציל‪ ,‬און מיט’ן‬ ‫איינעם תכלית‪ :‬ווייטער אויפצוציען די תלמידים וועלכע האבן ביז היינט געלערנט‬ ‫אין די מוסדות‪.‬‬ ‫אויב אזוי מעג עס דער ציבור וויסן‪ :‬עס איז שוין עטליכע מאל געווען וואס מען האט‬ ‫זט‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫פרובירט צונויפגעברענגן די רוחניות’דיגע הנהלות פון די ישיבות ארום איין טיש‪ ,‬און‬ ‫אפמאכן פארשידענע באשלוסן‪ ,‬רוחניות’דיגע ווי גשמיות’דיגע‬ ‫מען האט געזאלט ּ‬ ‫צוגלייך‪ .‬מען האט שוין אפילו באשטימט פארשידענע באשלוסן אויף וואס די‬ ‫הנהלה רוחני האט דן געווען בכובד ראש‪ ,‬און עקסטער איז באשלאסן געווארן דער‬ ‫פונקטליכער סיסטעם פון אריינעמען בחורים אין די ישיבות‪.‬‬ ‫האט זיך איינער פון די ישיבות געהאלטן דערצו?‬ ‫ניין! יעדע ישיבה טענה’ט אז קיין שום באשלוס איז אים נישט מחייב‪ .‬ער האט א‬ ‫התחייבות בלויז צו זיין ישיבה‪ ,‬און ער איז גענצליך נישט פארפליכטעט‪ ,‬נישט צו די‬ ‫אלגעמיינע מוסדות און נישט נישט צו קיין איינע פון די אנדערע ישיבות‪.‬‬ ‫און מיר זענען מודה‪ ,‬אז לויט ווי עס ארבעט איצט דער סיסטעם‪ ,‬זענען זיי ‪100%‬‬ ‫גערעכט‪ .‬אויב איז עס איז א פריוואטע ישיבה‪ ,‬האט דער ראש ישיבה דעם פולסטן‬ ‫רעכט צו זאגן‪ ,‬דאס און דאס וויל איך‪ ,‬און דאס און דאס וויל איך נישט‪.‬‬ ‫אבער אויב איז דאס דער סיסטעם‪ ,‬וואלט געווען מן הדין אז די הנהלה פון אזא‬ ‫ישיבה זאל מכריז ומודיע זיין אז די ישיבה האט מיט “סאטמאר” קיין שום שייכות‪,‬‬ ‫און דערקעגן‪ ,‬זאל די הנהלת המוסדות מכריז ומודיע זיין‪ ,‬אז מיר האבן קיין שום‬ ‫אחריות אויף די תלמידים ווען זיי ווערן דרייצן יאר אלט!‬ ‫וואס עס איז אמאל זיכער‪ ,‬אז קיין ערזאץ אלס ישיבה קטנה איז עס “נישט”!‬

‫הזאת סאטמאר?‬ ‫מעגליך גאר אז ס’איז א גוטער סיסטעם‪ ,‬און מעגליך אז אנדערע ראשי ישיבות‬ ‫האבן מצליח געווען מיט דעם סיסטעם פון זיך אומקוקן נאר אויף די מצוינים‪ .‬קען‬ ‫זיין‪ .‬אבער מיט “סאטמאר” האט עס קיין שייכות‪ .‬פינטל‪“ .‬נישט” דאס איז ישיבות‬ ‫וואס דארף זיין נאכפאלגענד פון א סאטמארער תלמוד תורה‪.‬‬ ‫אדרבה‪ ,‬פרעגט זיך אליינס‪ .‬רביה”ק בעל דברי יואל זי”ע ווען ער האט געגרינדעט‬ ‫זיינע מוסדות‪ ,‬האט ער איז אדעתא דהכי געגרינדעט אז בחורים פון צוועלף יאר‬ ‫זאלן ארויסגעווארפן ווערן אויף די גאסן על לא דבר? דאס איז געווען זיין געדאנקן‬ ‫גאנג?‬ ‫יעדער ווייסט צו דערציילן אז ביים רבי’ן זי”ע איז דאס ארויסווארפן א בחור פון‬ ‫די ישיבה געווען ממש די סאמע לעצטע זאך‪ ,‬און אויך דאן נאר בלית ברירה‪ .‬ביי‬ ‫א געלעגענהייט ווען מען האט גערעדט ביים רבי’ן זי”ע אז מען דארף מרחק זיין‬ ‫א “בחור” פון די ישיבה צוליב פארשידענע מעשים אשר לא יעשו‪ ,‬האט דער רבי‬ ‫זי”ע נישט מסכים געווען דערצו‪ ,‬ארויפגעלייגענדיג זיין האנט אויף זיין הייליג הארץ‪,‬‬ ‫זאגענדיג “כ’האב אמאל פארשיקט א בחור פון די ישיבה‪‘ ,‬דא’ ליגט ער מיר נאך עד‬ ‫היום הזה”‪.‬‬ ‫און דאס איז געווען די רעדע פון עלטערע בחורים וואס האבן באמת געקענט שאפן‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫זי‬

‫ּפראבלעמען פאר די ישיבה‪ ,‬דאך האט דער רבי געהאלטן אז מען טאר זיי נישט‬ ‫מרחק זיין‪ .‬גייט מען היינט און מען נעמט “קינדער” פון צוועלף‪-‬דרייצן יאר‪ ,‬און מען‬ ‫לאזט זיי זיך וואלגערן אויפן גאס? פאר בחנם בלא דבר?‬ ‫עס קומט דאך איצט דער זומער סעזאן‪ ,‬לאמיר זיך אויף א מינוטקעלע דערמאנען‬ ‫ווי רביה”ק זי”ע איז געווען דער וועלכער האט אין די שווערסטע מאמענטן‪ ,‬ווען זיינע‬ ‫הייליגע מוסדות האבן זיך קוים געהאט געגרונדעט‪ ,‬באשלאסן‪ ,‬אז ער גייט נעמען‬ ‫אויף זיך א פרישן עול‪ .‬ער האט דאן געגרינדעט די סאטמארער זומער קעמפס‪ ,‬א‬ ‫גענצליך נייער באגריף פון א מוסד התורה אין ניו יארק‪ .‬פארוואס האט דאס דער‬ ‫רבי געגרינדעט? ווייל ער האט געוואלט אז זיינע תלמידים זאלן אויף די צוויי זומער‬ ‫חדשים נישט בלייבן אן קיין חדר‪ .‬ניין‪ ,‬ער האט נישט געזאגט אז גענוג וואס איך האב‬ ‫זיי צוגעשטעלט א חדר אויף צען חדשים‪ .‬ער האט געוואלט א שלימות’דיגער מוסד‬ ‫אויף גאנצע צוועלף חדשים‪.‬‬ ‫קען היינט א מוסד וועמענס טויערן עס פארשליסן זיך פאר די קינדער אין עלטער‬ ‫פון בערך בר מצוה‪ ,‬ווערן אנגערופן א סאטמארער מוסד?‬

‫ופקודת הקודש‬ ‫און אויב זאגט איינער אז דער איצטיגער סיסטעם איז אזא גוטער‪ ,‬זאל ער מוחל זיין‬ ‫און מסביר זיין‪ ,‬פארוואס איז די רוחניות’דיגע הנהגה פון קהלתינו ומוסדותינו הק’‬ ‫דייקא נישט צופרידן דערפון? עס ווייסט יעדער איינער אז דעת קדשו פון מאורינו‬ ‫ומדרכינו כ”ק מרן רבינו הגה”ק שליט”א איז דאס זעלבע‪ ,‬אז דער “סיסטעם”‬ ‫איז דייקא נישט קיין אויפריכטיגע‪ .‬רבינו שליט”א האט שוין אין דעם הינזיכט‬ ‫אריינגעלייגט צענדליגער שעות און פארארבעט מעשים צו פארבעסערן דעם מצב‪.‬‬ ‫עס געדענקט זיך נאך די דברות קודש וואס מרן רבינו שליט”א האט משמיע געווען‬ ‫ביום כ”ו ניסן תשס”ח‪ ,‬ווען ער האט עפענטליך אויפגעפאדערט אז עס זאל קומען א‬ ‫תיקון אויף דעם געביט‪.‬‬ ‫דער רבי שליט”א האט ביי דער געלעגענהייט ספעציעל געבעטן פון בנו כבוד הגה”צ‬ ‫אבד”ק שליט”א צו טון אין דעם נושא‪ ,‬ופקודתו שמרה רוחו האט דער רב שליט”א‬ ‫אויך שוין זייער אסאך צייט אינוועסטירט אין דעם נושא‪.‬‬ ‫אבער ליתר שאת‪ ,‬ווייסט אפשר איינער ווער עס זענען די שארפסטע קעגן דעם‬ ‫איצטיגן סיסטעם? נישט טאטעס וואס האבן א נגיעה דערצו‪ ,‬נישט דרויסענדע‬ ‫מחנכים וועלכע קענען מעגליך נישט גענוג ארויסהאבן אן ענין ווי איינער וואס איז‬ ‫אינעווייניג בתוך הענינים‪ .‬ניין‪ ,‬טאקע דייקא די הנהלה רוחניות‪ ,‬די וואס ארבעטן מיט‬ ‫די קינדער טאג‪-‬טעגליך‪ ,‬די וואס האבן ארויס יעדעס קינד דורך און דורך‪ ,‬די זענען‬ ‫עס די וואס שרייען אז דער סיסטעם איז א חורבן‪ .‬א חורבן פארן חינוך בכלליות‪ ,‬און‬ ‫א חורבן פאר די בחורים בפרטיות‪.‬‬ ‫אבער ליידער איז עבר קיץ וכו’ ואנחנו לא נושענו‪ .‬יעדעס יאר ווען עס גייט‬ ‫חי‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫אריבער דער זומער דערזעט מען זיך ווייטער ביים אלטן‪ ,‬און די הייליגע מוסודת‬ ‫וואס זייער הויפט‪-‬זכות קיום איז דאס אז עס ווערט געפירט אונטער די הדרכה פון‬ ‫רבינו שליט”א‪ ,‬האלט זיך נישט צו אזא יסודות’דיגע הדרכה וואס דער רבי שליט”א‬ ‫פאדערט אויסדריקליך‪.‬‬

‫“עלטערן זענען צופרידן”?‬ ‫דאס איז דער ווייטאגליכער מצב וואס שרייט פון זיך אליינס‪ .‬איי מען הערט נישט‬ ‫דעם געשריי?!‬ ‫ערשטענס איז עס נישט ריכטיג‪ .‬עס “שרייט” דייקא יא‪ ,‬און דייקא בקול גדול‪.‬‬ ‫צענדליגער עלטערן ווערן יעדעס יאר פריש פארווייטאגט און צובראכן‪ ,‬יעדעס יאר‬ ‫איבערן זומער קומען פריש צו נאך און נאך עלטערן וואס אפילו זיי זענען אפשר‬ ‫מודה אז דער אמאליגער סיסטעם איז נישט אזוי גוט געווען‪“ ,‬בענקן” זיי זיך פארט‬ ‫צוריק צו די אמאליגע יארן ווען מען האט פון די סארט אייגן‪-‬געמאכטע פראבלעמען‬ ‫נישט געוואוסט‪.‬‬ ‫און עס זענען נאך פארהאן אזעלכע וואס טענה’ן גאר‪ ,‬אז דער סיסטעם איז דייקא‬ ‫יא אויסגעהאלטן‪ ,‬ווייל מען זעט אז די עלטערן “זענען צופרידן” און קיינער רעדט‬ ‫זיך נישט אפ‪ .‬און אפשר זאגט איר מיר‪ ,‬ווער פון די עלטערן זאל זיך אפרעדן? ער‬ ‫איז דאך העכסט גליקליך אז מען האט ענדליך אנגענמען זיין זון אין א ישיבה‪ ,‬עס‬ ‫איז אים ב”ה געלונגען “אריינצושטופן” זיין זון אין איינס פון די ישיבות‪ ,‬קען ער‬ ‫איצט האבן סיי וועלכע טענה? ער האט אפילו דעם מוט ארויסצורוקן סיי וועלכע‬ ‫פארווארף? זאל ער נאר עפענען דעם מויל‪ ,‬וועט מען אים גלייך ווייזן דעם לאנגן‬ ‫פיינפולן וועג פון וועלכע ער קומט איצט צו גיין‪.‬‬ ‫און בכלל ממה נפשך‪ ,‬האט א טאטע א וואוילער בחור וועלכער האט נישט געהאט‬ ‫קיין פראבלעמען מסודר צו ווערן אין א ישיבה‪ ,‬פארוואס זאל ער פארפירן? ווידער‬ ‫אויב איז ער א טאטע וואס זיין בחור האט געהאט שוועריקייטן אז מען זאל אננעמען‬ ‫אין א ישיבה‪ ,‬וואס זאל ער איצט טון? זאל ער גיין לויפן אין די גאסן דערציילן אז ער‬ ‫האט א בחור וואס דער און יענער האט באשלאסן אז ער הייסט א שוואכער בחור?‬ ‫ס’איז דאך גענוג זיין אייגענעם ווייטאג אז זיין זון איז אפגעסטעמפעלט געווארן‬ ‫אלס שוואך‪ ,‬זאל ער נאך גיין דאס מפרסם זיין אין די גאסן?‬ ‫דאס הייסט אז מען איז צופרידן‪ ,‬אדער הייסט דאס ענדערש ַא הילכיגער‬ ‫ווייטאגליכער געשריי וואס איז פשוט דערשטיקט?!‬

‫מ’האט אויפגענומען א מתווך‬ ‫וועלן מאנכע קומען דערציילן‪ ,‬וואס הייסט? מ’האט שוין די טענות אויפגעברענגט‬ ‫מיט עטליכע יאר צוריק‪ ,‬און מטעם די הנהלה איז אויפגענומען געווארן א ספעציעלער‬ ‫ממונה‪ ,‬א “מתווך” אויף וועמען עס ליגט דאס אחריות‪ ,‬אז ער זאל זיכער מאכן אז‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫טי‬

‫יעדער בחור ווערט איינגעטיילט אין איינס פון די ישיבות‪.‬‬ ‫איז אבער די מעשה‪ ,‬אז עס איז שוין אריבער צוויי יאר פון ווען דער ממונה איז‬ ‫אויפגענומען געווארן‪ ,‬און מיר ווילן עס קלאר פרעגן‪ :‬איז אריינגעקומען סיי וועלכע‬ ‫שינוי לטובה? האט מען אויפגעהערט זיך ארומצואווארפן מיט בחורים? דארף נישט‬ ‫יעדער טאטע פון א בינוני בחור האבן גאנצע וואכן שלאפלאזע נעכט‪ ,‬ביז זיין בחור‬ ‫ווערט מסודר אין א ישיבה?‬ ‫מיר מיינען ח”ו נישט צו מינימיזירן די געטרייע ארבעט פון דעם חשוב’ען ממונה‪,‬‬ ‫וועלכער טוט באמת זיין ארבעט בשלימות‪ ,‬און פרובירט דאס מערסטע וואס איז‬ ‫“אין זיין מעגליכקייט” אין דעם געביט‪ ,‬מסדר צו זיין יעדן בחור‪ .‬די פראגע איז אבער‪,‬‬ ‫וואס איז “זיין” ארבעט‪ ,‬בעסער געזאגט‪ ,‬וויפיל כח האט מען אים געגעבן אז ער זאל‬ ‫קענען אויספירן זיין תפקיד?‬ ‫דער תירוץ איז‪ ...‬גארנישט!‬ ‫יעדער באזעסענער בר דעת וואלט פארשטאנען‪ ,‬אז דער תפקיד פון דעם ממונה‬ ‫איז‪ ,‬דאס וואס מיר האבן פריער דערמאנט‪ .‬ער זאל נעמען די תלמידים פון כתה‬ ‫ט’‪ ,‬ער זאל יעדן אפשאצן‪ ,‬און דערנאך איינטיילן יושר’דיג‪ ,‬אז יעדער בחור זאל זיין‬ ‫מסודר מיט א ישיבה‪ .‬אין קורצן‪ :‬זיין תפקיד דארף זיין‪ ,‬אז “ער” זאל פאר יעדן זמן‬ ‫איינטיילן פאר די ישיבות‪ ,‬וועלכע פון די בחורים וואס לערנען איצט אין תלמוד‬ ‫תורה‪ ,‬עס וועלן דארט לערנען קומענדיגן זמן‪.‬‬ ‫האט מען דאס געטון? ליבערשט געפרעגט‪“ :‬קען ער דאס בכלל טון?” די הנהלת‬ ‫התלמוד תורה‪ ,‬צי די הנהלה פון סיי וועלכע פון די ישיבות זענען עפעס געבינדן צו‬ ‫זיינע החלטות? איז דא אפילו איינער וואס דארף זיך רעכענען מיט אים?‬ ‫ניין און ניין! דאס איינציגסטע וואס דער ממונה קען טון איז‪ ,‬אביסל בייהילפיג זיין‬ ‫פאר די עלטערן‪ .‬אנשטאט זיי אליינס זאלן דארפן מאכן דרייסיג‪-‬פערציג טעלפאן‪-‬‬ ‫רופן ביז איינער פון די הנהלות הישיבות איז ברוב טובו זיך מרחם אים צוריק אנצורופן‪,‬‬ ‫העלפט ער אויך אביסל צו דערצו‪ .‬ער שתדל’ט ביי דעם‪ ,‬און בעט ביי יענעם‪ ,‬אז מען‬ ‫זאל אננעמען דעם און דעם בחור‪ ,‬אבער ער האט נישט קיין שום כח אריינצורעדן ביי‬ ‫סיי וועלכע פון די הנהלות הישיבות‪.‬‬ ‫און “דאס” דארף הייסן אז מען געלעזט דעם פראבלעם?!‪...‬‬

‫פרק ב’‬ ‫איז פארהאן נאך אזא באגריף?‬ ‫מיר האבן ביז אהער ארויסגעברענגט ווי אזוי דער סיסטעם גייט היינט‪ ,‬וועלכע איז‬ ‫ליידער זייער א ווייטאגליכער‪.‬‬ ‫כ‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫מיר פארהוילן זיך אבער נישט פונעם פאקט‪ ,‬אז די הויפט טענה וואס די ממליצים‬ ‫פאר דעם איצטיגן סיסטעם איז‪ ,‬אז צווישן די ישיבות איז דא אזא סארט “קאנקורענץ”‬ ‫וואס דאס איז א שטארק געזונטע זאך פאר די ישיבות‪ ,‬ווייל אזוי זוכט יעדער איינער‬ ‫צו בלייבן אויף א הויכן סטאנדארט‪ .‬די אלע ממליצים ברענגן זיך א “תנא דמסייע”‬ ‫פון געוויסע חסידישע געמיינדעס וואס אויך ביי זיי זענען די ישיבות איינגעטיילט‬ ‫אין עטליכע חלקים‪ ,‬מיטן זעלבן ציל‪ ,‬כדי עס זאל זיין א קאמפעטישאן צווישן די‬ ‫ישיבות‪.‬‬ ‫עס איז אבער ווייט פון אמת‪ .‬די אלע פלעצער וואו די ישיבות זענען צוטיילט‪ ,‬איז עס‬ ‫ווי פריערדערמאנט‪ :‬עס איז די ישיבה פון די מוסדות און די “מוסדות” צעטיילט מען‪.‬‬ ‫סיי וועלכע פון די ישיבות עס איז צוטיילט‪ ,‬האט דעם זעלבן שיעבוד אריינצונעמען‬ ‫בחורים אין די ישיבה‪ .‬די הנהלה פון די מוסדות מיט א ספעציעלע ועד זענען די‬ ‫וואס טיילן איין יעדן פון די בחורים וואו מען זאל לערנען‪ .‬מען טיילט איין די בחורים‬ ‫דורך א גורל‪ ,‬צו דורך אנדערע אופנים‪ ,‬עס איז אבער אלץ דאס זעלבע‪ ,‬אז “נישט” די‬ ‫ישיבות זענען די וואס קענען זיך וועלן וועלכן בחור אריינצונעמען און וועמען נישט‪,‬‬ ‫נאר די הנהלה טיילט איין פאר יעדע ישיבה וועלכע בחורים אריינצונעמען‪.‬‬ ‫אבער אזוינס אז יעדע ישיבה מאכט שבת פאר זיך‪ ,‬קיינער האט נישט קיין שייכות‬ ‫מיטן אנדערן‪ ,‬און קיינער האט נישט קיין “אחריות” פאר די תלמידים און קיין‬ ‫התחייבות פאר די מוסדות‪ ,‬אזוינס איז נישט דא אין ערגעץ נישט‪ ,‬ווייל עס איז‬ ‫פארשטענדליך פאר יעדן‪ ,‬אז דאס איז א “חורבן” פאר א מוסד‪.‬‬ ‫בכלל איז אומפארשטענדליך‪ .‬עס איז דאך די אפיציעלע ליניע פון די ‪ 4‬תורה‬ ‫ישיבות‪ ,‬אז לכתחילה ווערן נאר די גוטע בחורים אנגענומען‪ ,‬און נאר העכסט‬ ‫בדיעבד נעמט מען אויך אריין שוואכע און בינונים‪ .‬נו‪ ,‬פאר די מצוינים דארף מען‬ ‫מאכן א קאמפעטישאן?‪...‬‬

‫נערים דוחפים‬ ‫עס איז הימל און ערד און‪“ ...‬קאמפעטישאן”‪ .‬דאס ראטעוועט דעם עולם הישיבות‪,‬‬ ‫און נאר אזוי קען מען היינט מצליח זיין ‪ -‬טענה’ן די ממליצים‪ ,‬ווייל ווען איין ישיבה‬ ‫וועט נישט טויגן‪ ,‬וועלן די עלטערן נישט וועלן שיקן דארט די קינדער‪.‬‬ ‫וואס? די עלטערן?‬ ‫עס קוקט אויס אז איר האט שוין לאנג נישט געהאט קיין בחור אין די יארגאנג פון‬ ‫בר מצוה‪ ...‬זענען עס עפעס היינט די עלטערן די וואס מאכן אפ וואו זייער בחור זאל‬ ‫גיין לערנען? זענען עס עפעס די עלטערן וואס זעצן זיך אראפ און קוקן בכובד ראש‬ ‫די מעלות און חסרונות פון אלע ישיבות‪ ,‬און לויט דעם מאכן “זיי” אפ וואו צו שיקן‬ ‫זייער קינד?‬ ‫ניין! ליידער נישט! די בחורים זענען עס די ביי וועמען עס ווערט אזא “ווינט”‪ .‬איין‬ ‫יאר איז דא א צפון ווינט וואס בלאזט צו די ישיבה‪ ,‬און א צווייט יאר איז דא דרום‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫אכ‬

‫ווינט וואס בלאזט פארקערט‪ .‬ס’האט אינגאנצען נישט מיט דעם צי די ישיבה בעצם‬ ‫איז יא גוט ציו נישט‪ ,‬און עס ווענדט זיך בכלל נישט אויב די ישיבה איז צוגאפסט‬ ‫פארן מהות פון דעם בחור‪.‬‬ ‫צי איר גלויבט עס יא צי נישט‪ ,‬צי איר פארשטייט עס יא צי נישט‪ ,‬איז דער פאקט‬ ‫אז די אפליקאציעס וואס ווערן אריינגעגעבן אין די ישיבה‪ ,‬גייט געווענליך אויף‬ ‫דעם אופן‪ ,‬אז די בחורים! פארלאנגן וואו צו גיין‪ .‬איז וואס האט מען דעמאלט‬ ‫אויפגעטון?‬

‫באקומען די ישיבות דעם מעסעדזש?‬ ‫ולו יהא אז עס איז יא אזוי‪ .‬דער חשבון שטימט יא‪ ,‬אז א ישיבה וואס טויג נישט צוליב‬ ‫סיי וועלכע סיבה‪ ,‬וועלן די עלטערן נישט וועלן אריינשיקן אהין קיין בחורים‪ .‬וואס‬ ‫וועט דעמאלט זיין מיט די ישיבה? מ’וועט עס פארמאכן? עס וועט פארמאגן נאר‬ ‫ווייניג בחורים? א נעכטיגן טאג! מ’וועט נעמען די אלע בחורים וואס זענען נאכנישט‬ ‫מסודר‪ ,‬און מען וועט צווינגן טאטעס דארט אהינצושיקן די בחורים‪ ,‬טראץ וואס‬ ‫דער בחור וויל נישט‪ .‬ומאי הועילו? וואס האט דער קאמפעטישאן אויפגעטון?‬ ‫און אויב דארף מען סיי וועלכע באווייז אז אזא סארט “קאמפעטישאן” איז ווייט‬ ‫פון זיין עפעקטיוו‪ ,‬דארף מען נישט ווי זיך נענטער באקענען מיט דעם איצטיגן‬ ‫סיסטעם‪ ,‬און זיין אויפריכטיג מיט זיך אליינס‪ ,‬אז נישט “דער” סיסטעם איז דאס‬ ‫וואס ברענגט אז די ישיבות זאלן זיין גוט‪ .‬ווער עס האלט מיט דעם סדר הדברים‬ ‫אין לויף פון די יארן האט שוין זיכער אליינס באמערקט דעם “גלגל החוזר” (ראולי‪-‬‬ ‫קאסטער בלע”ז)‪ .‬די ישיבה וואס איז היינט אויבן‪ ,‬קען מארגן זיין אונטן‪ ,‬און די‬ ‫ישיבה וואס איז איצט אונטן קען שפרונגן ביז צום סאמע העכסטע שטאפל‪ .‬עס קען‬ ‫זיין א ישיבה וואס טראגט היינט אן אויסטערליש‪-‬גוטן נאמען‪ ,‬אז יעדער רייסט זיך‬ ‫אריינצוגיין אהין‪ ,‬און נישט מער ווי בלויז א יאר שפעטער‪ ,‬וועט די ישיבה ניטאמאל‬ ‫באקומען איין אפליקאציע‪.‬‬ ‫און וואס איז געווארן מיט דעם אויפטו פון קאמפעטישאן? איז טאקע די ישיבה‬ ‫אזוי שטארק שוואך געווארן‪ ,‬אז עלטערן האלטן אז א בחור קען נישט דארט‬ ‫אויסשטייגן? עס איז גאנץ פארשטענדליך אז די ישיבה זעלבסט האט זיך נישט‬ ‫צופיל געטוישט איין יאר פונעם פריערדיגן יאר‪ ,‬עס איז פשוט דא אזא פאקטאר‬ ‫וואס רופט זיך “ווינט”‪ .‬איין יאר איז דער ווינט צווישן די בחורים אז מען גייט נאר אין‬ ‫די ישיבה‪ ,‬און א צווייט יאר איז אן אנדערע ישיבה זוכה צו דעם “ווינט”‪ ,‬אבער דער‬ ‫עצם קאמפעטישאן איז נישט די זאך וואס האט אזויפיל אויסגעמאכט‪ ,‬אז די ישיבה‬ ‫זאל זיך דארפן הייבן‪.‬‬ ‫עס איז גאנץ פשוט‪ ,‬אז אויב איז דא א טויגליכער סטעף מיט אן אחריות פאר יעדן‬ ‫בחור‪ ,‬וועלן זיי בעזהשי”ת מצליח זיין מגדל צו זיין פיינע ערליכע תלמידים אויך אן‬ ‫דעם שיין‪-‬קלונגענדיגן נאמען “קאמפעטישאן”‪.‬‬ ‫בכ‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫אוודאי איז דא א סארט קאמפעטישאן וואס איז נוצבאר און טויגלעך פאר‬ ‫ישיבות‪ ,‬אבער לויט דעם איצטיגן אופן וואס איז אויסגעשטעלט אז איין ישיבה‬ ‫האט נישט קיין שום שייכות מיט די אנדערע‪ ,‬עס איז פיר עקסטערע ישיבות‪ ,‬און‬ ‫קיינער קאנטראלירט נישט דעם קאמפעטישאן‪ ,‬האט עס נאר די חסרונות וואס‬ ‫קאמפעטישאן ברענגט זיך‪ ,‬אן די געוואונטשענע רעזולטאטן‪.‬‬

‫געזונטע קאמפעטישאן‬ ‫לאמיר אבער אויף א מינוט צוריקגיין צו די טענה‪ ,‬אז דער קאמפעטישן צווישן די‬ ‫ישיבות איז א געזונטע זאך‪ .‬לו יצוייר אז עס איז יא קאמפעטישאן‪ .‬דאס הייסט דען‬ ‫קאמפעטישאן?‬ ‫אדרבה כאפט א בליק אויף די ישיבות וואס זענען “נישט” צוטיילט‪ .‬איז דען‬ ‫דארט נישט דא דער מושג פון קאמפעטישאן? פרעגט יעדן ערפארענעם מחנך‬ ‫און אפילו יעדן פשוט’ער מלמד‪ ,‬וועט איר הערן‪ ,‬אז ביי יעדן איז דא אזא מושג ווי‬ ‫קאמפעטישאן!‬ ‫לדוגמא‪ ,‬אין א ישיבה קטנה וואו עס זענען דא פיר כתות פונעם זעלבן עלטער‪,‬‬ ‫אין יעדע פון די כתות לערנען בערך ‪ 25‬בחורים‪ ,‬און אין יעדער פון די כתות לערנט‬ ‫די זעלבע מסכת און זעלבע מקצוע אין שולחן ערוך‪ .‬איצט ווען עס מאכט זיך‪ ,‬אז‬ ‫אין איינע פון די כתות האבן ‪ 22‬בחורים מצליח געווען דורכשניטליך צו קענען אלע‬ ‫לימודים ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬דאקעגן אין א צווייטע כתה האבן בלויז ‪ 18‬בחורים‬ ‫מצליח געווען‪ ,‬אט דאס צינדט אן א רויט לעמפל ביים מנהל פון די ישיבה‪ ,‬און ער‬ ‫הייבט אן פארצוהאלטן פארן מגיד שיעור‪ ,‬וואס איז דאס? פארוואס דער צווייטער‬ ‫מגיד שיעור האט יא מצליח געווען אז אזויפיל בחורים האבן געקענט‪ ,‬און דו האסט‬ ‫נישט מצליח געווען? אזא קאמפעטישאן איז דייקא נוצליך‪ .‬עס פארשטייט יעדער‪,‬‬ ‫אז עס ברענגט א רוחניות’דיגן תועלת סיי פאר די מגידי שיעור און סיי פאר די‬ ‫בחורים‪.‬‬ ‫און אויב שוין יא קאמפעטישאן‪ ,‬איז כדאי ארויסצוברענגן לשבח דעם סיסטעם ביי‬ ‫אונז אין די מוסדות‪ ,‬ווען די תלמידים פון כתות ד’ ביז כתה ח’ זענען איינגעטיילט אין‬ ‫צוויי עקסטערע אפטיילונגען אונטערן אויפזוכט פון צוויי חשוב’ע מנהלים רוחניים‬ ‫שליט”א‪ .‬איין אפטיילונג איז אונטער די הנהלה פון הר”ר יואל שטערן שליט”א‪,‬‬ ‫און איין אפטיילונג אונטער די הנהלה פון הר”ר משה אלי’ גרין שליט”א‪“ .‬דאס”‬ ‫ברענגט געווענליך די געוואונטשענע רעזולטאטן‪ .‬ביידע זענען צוזאמען‪ ,‬ביידע‬ ‫האבן דעם זעלבן אחריות פאר די תלמידים‪ .‬די מנהלים טוישן אויס צווישן זיך עצות‬ ‫און הדרכות‪ ,‬און אויב איז איינער מער מצליח ברענגט עס דעם “קנאת סופרים”‬ ‫וואס איז “תרבה חכמה”‪.‬‬ ‫איצט איז די ריי אז איינער זאל מסביר זיין “פונקטליך” וואס עס איז דער תועלת פון‬ ‫דעם סארט ישיבות קאמפעטישאן‪ .‬און לאמיר עס קלארער צולייגן‪.‬‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫גכ‬

‫דער סיסטעם איז איינגעטיילט אז עס זענען דא פיר ישיבות‪ .‬יעדע פון די ישיבות‬ ‫האט בערך הונדערט בחורים איינגעטיילט אין פיר יארגענג‪ .‬דאס הייסט אז פאר‬ ‫יעדע יארגאנג איז דא איין כתה‪ .‬ווער איז אחראי אז די כתה זאל מצליח זיין? לויט‬ ‫די פריערדיגע דוגמא אז אין א כתה איז דא ‪ 25‬בחורים‪ ,‬און נאר ‪ 18‬בחורים אין זיין‬ ‫כתה זענען מצליח‪ ,‬ווער איז דער קאמפעטישאן פאר “דעם” מגיד שיעור? אויף‬ ‫וועמען דארפן די מרביצי תורה פון די כתה קוקן און זען אז זיי האבן מיט וואס זיך‬ ‫צו פארבעסערן אז מער בחורים זאלן מצליח זיין? ווער פארציילט פאר די ישיבה אז‬ ‫דער און דער מרביץ תורה איז נישט אזוי מצליח?‬ ‫איר האט א תירוץ? מיר נישט! ווייל מיט וויפיל מיר זענען באקאנט ווייסן מיר קלאר‬ ‫דעם פאקט‪ ,‬אז‪ ...‬עס איז טאקע נישט דא דער אזוי געוואונטשענער קאמפעטישאן!‬ ‫קיינער איז נישט משועבד צום צווייטן‪ .‬אויב זעט מען אז איין ישיבה איז מער מצליח‪,‬‬ ‫האט קיינער פון די אנדערע ישיבות נישט א שיעבוד צו וועלן זיין בעסער‪ ,‬און צו‬ ‫פארבעסערן די ישיבה‪ .‬ער דארף בעיקר זארגן אז די ישיבה זאל “אויך” טראגן א גוטן‬ ‫נאמען‪ ,‬איבעריגס איז שוין נישט אזוי וויכטיג‪...‬‬

‫כתר שם טוב עולה על הכל?‬ ‫איין זאך וואס דער קאמפעטישאן האט אויפגעטון‪ ,‬אז יעדע ישיבה זוכט בלויז דאס‬ ‫צו טראגן דעם “בעסטן” נאמען אויף די גאס; עס זאל הייסן אז די ישיבה איז גוט און‬ ‫פיין‪ .‬צוליב דעם טעם וועט מען טון אלעס אויף דער וועלט‪ ,‬אפילו אזעלכע זאכן‬ ‫וואס איז אינגאנצען נישט צוגעפאסט פארן תועלת פון די בחורים‪ .‬לדוגמא‪ ,‬מ’וועט‬ ‫מאכן אז בחורים זאלן זיך פארהערן א שווערע מסכת‪ ,‬אפילו אזא מסכת וואס איז‬ ‫כמעט נישט במציאות אז די בחורים זאלן דאס דערגרייכן‪ ,‬און כדי דאס צו עררייכן‬ ‫וועלן די בחורים לערנען די מסכת נאר אזוי אויבערפלעכליך‪ ,‬כדי אז אויף די גאס זאל‬ ‫מען קענען פאמפען‪ ,‬אז ביי אונז אין די ישיבה האט מען זיך פארהערט כך וכך‪.‬‬ ‫איז דאס אבער דער תכלית פון די בחורים? איז דען דער תכלית אז מען זאל זיך‬ ‫“פארהערן” כך וכך (מער ווי די מעגליכקייט פון די בחורים) צי דער תכלית איז אז‬ ‫מען זאל גרונטליך לערנען (לויט די מעגליכקייט פון די בחורים)?‬ ‫ווי פארשטענדליך איז דאס בלויז א דוגמא‪ ,‬אבער אזוי איז דאס מיט אסאך אנדערע‬ ‫זאכן אין די ישיבות‪ .‬ווי זאגט די וועלט? “דער ציל פארהייליגט דעם מיטל”‪ .‬און אויב‬ ‫דער ציל איז אז די ישיבה זאל קענען קאנקורירן מיט דעם גוטן נאמען‪ ,‬ווערן אלע‬ ‫מיטלען פארהייליגט‪ ,‬אפילו ווען עס איז גענצליך אין קעגנגזאץ מיטן תכלית פון די‬ ‫בחורים‪.‬‬ ‫און אויב דאס איז דער ציל‪ ,‬זוכט מען איינצופירן אזעלכע מנהגים וואס די בחורים‬ ‫אליינס האלטן נישט דערביי‪ ,‬און עס איז ווייט פון זייער השגה און גייסט‪ ,‬אלעס נאר‬ ‫כדי זיי זאלן אויסזען “אנדערש” (דיפרענד בלע”ז)‪ .‬עס זאל הייסן אז די בחורים פון‬ ‫די ישיבה גרייכן אזעלכע מעלות‪ ,‬אז “מרצונם הטוב” טוען זיי דאס און דאס‪ ,‬אזעלכע‬ ‫דכ‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫זאכן וואס יעדער ווייסט אז א בחור קען קיינמאל נישט האלטן דערביי‪ ,‬און באחד‬ ‫מן הימים וועט דאס אויסוועפן פון אים‪ .‬אבער וואס טוט מען דען נישט פאר דעם‬ ‫הויפט ציל‪ ,‬נעמליך‪ ,‬דער גוטער נאמען‪...‬‬

‫“קאמפעטישאן” במלא מובן המלה‬ ‫מ’קען עס אבער נישט אינגאנצען אוועקמאכן‪ ,‬אז אויב האט מען געוואלט מאכן‬ ‫אזא סארט “קאמפעטישאן” צווישן די ישיבות‪ ,‬האט מען עס דערגרייכט‪ ,‬אבער ‪-‬‬ ‫ליידער ‪ -‬אויף זייער נישט אויף א געוואונטשענעם אופן‪.‬‬ ‫עס קומט אויפן געדאנק א טיף ווארט וואס כ”ק מרן רבינו שליט”א האט אמאל‬ ‫געזאגט אויפ’ן פסוק “כי טוב סחרה מכל סחורה” אז די תורה איז די בעסטע סחורה‬ ‫פון אלע סחורות‪ .‬מיט וואס איז עס בעסער? האט דער רבי שליט”א ערקלערט‪ ,‬אז‬ ‫געווענליך ווען איינער פירט א געשעפט‪ ,‬קוקט ער נישט מיט קיין גוטן בליק אויף אן‬ ‫אנדערער וואס פירט דעם זעלבן סארט געשעפט‪ ,‬ווי עס איז גילט דער כלל “אומן‬ ‫שונא בן אומנתו”‪ .‬אנדערש איז אבער די תורה הק’‪ .‬ווען איינער איז א מרביץ תורה‪,‬‬ ‫האט ער נישט קיין שלעכט אויג אויפן א צווייטן מרביץ תורה‪ ,‬איין ישיבה האט נישט‬ ‫גארנישט קעגן אן אנדערן מקום תורה‪ ,‬ישיבות און מקומות התורה קענען לעבן גוט‬ ‫איינער מיטן צווייטן‪ ,‬אן דעם וואס איינער זאל שפירן אז דער צווייטער באקריוודעט‬ ‫אים‪ .‬מיט דעם איז בעסער די סחורה של תורה ווי יעדע אנדערע מין סחורה‪.‬‬ ‫אזוי וואלט עס “געדארפט” זיין אויך מיט די תורה ישיבות‪ .‬עס איז דאך דא אזויפיל‬ ‫וואס מען קען אויפטון מיט א צוזאמענארבעט פון אלע ישיבות אויפאמאל‪ ,‬מען קען‬ ‫אויפטון ברוחניות און מען קען אויפטון בגשמיות‪ .‬ליידער אבער איז געווארן אזא‬ ‫סארט ריכטיגע “קאמפעטישאן”‪ .‬יעדער איז פאר זיך‪ ,‬און מען קען אין קיין פאל נישט‬ ‫צוזאמעברענגן די ישיבות אין קיין שום הינזיכט‪ .‬מען העלפט זיך נישט ארויס איינער‬ ‫דעם צווייטן‪ ,‬און עס הערשט א שטארקע מחיצה המפסקת צווישן די ישיבות‪.‬‬ ‫א קליינע דוגמא וואס האט לעצטענס פאסירט‪ .‬א בחור אין ערשטן יאר נאכן‬ ‫ארויסגיין פון תלמוד תורה איז אריין אין איינס פון די ישיבות‪ .‬צי דער בחור אליינס‪,‬‬ ‫צי זיין טאטע האט באשלאסן אז דארט וועט פאר אים זיין דאס בעסטע‪ ,‬און געווען‬ ‫איז ער א “מצוין” נאך וועמען די ישיבה האט זיך געריסן אז ער זאל אריינקומען צו‬ ‫זיי‪ .‬למעשה אבער האט זיך ארויסגעשטעלט‪ ,‬אז עס איז אריבער א יאר און דער‬ ‫טאטע האט איינגעזען אז דאס פלאץ פאר דעם בחור איז נישט אין די ישיבה‪ .‬עפעס‬ ‫האט נישט געקלאפט‪ ,‬נישט קיין גרויסער נפקא מינה וואס‪ .‬דער בחור איז ווייטער‬ ‫דער זעלבער מצוין‪ .‬א פיינער וואוילער בחור מיט פארשידענע מעלות‪ ,‬נאר פשוט‪,‬‬ ‫ער לערנט נישט אויפן ריכטיגן ארט‪.‬‬ ‫איז דאך די עצה פשוט‪ .‬נעם אים ארויס פון איין ישיבה‪ ,‬און לייג אים אין די‬ ‫צווייטע‪...‬‬ ‫לאמיר אבער זיין אויפריכטיג מיט זיך‪ ,‬האט דער טאטע געהאט סיי וועלכע שאנסן‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫הכ‬

‫ארויסצונעמען זיין בחור פון איין תורה ישיבה און אים אריינלייגן אין אן אנדערע‬ ‫תורה ישיבה?‬ ‫‪ 100%‬אז נישט! דער טאטע וועלכער האט אין זיין וויסטן חלום נישט געטראכט אז‬ ‫ער וועט אמאל דארפן שיקן זיינס א קינד לערנען אין א מוסד וואס טראגט נישט‬ ‫דעם נאמען סאטמאר‪ ,‬האט צו זיין גרויסן ווייטאג געמוזט ארויסנעמען זיין בחור‪,‬‬ ‫און אים שיקן אין א פרעמדע ישיבה‪ .‬פארוואס?‬ ‫און דאס איז באמת זאכן וואס מאכט זיך יעדן זמן‪ .‬א טאטע זעט אז דאס פלאץ‬ ‫פון זיין בחור איז נישט אין די ישיבה וואו ער לערנט איצט‪ .‬עס קען דערצו זיין‬ ‫פארשידענארטיגע סיבות‪ ,‬אמאל צוליב א נישט‪-‬גוטן חבר‪ ,‬אמאל איז דער מגיד‬ ‫שיעור נישט צוגעפאסט פאר דעם בחור‪ ,‬און אמאל צוליב אנדערע סיבות‪ .‬אבער‬ ‫קיין מעגליכקייט אריבערצוטוישן איין בחור פון די ישיבה צו אן אנדערע איז נישט‬ ‫דא‪ ,‬פארוואס?‬ ‫אלעס ווייל עס איז נישט דא קיין שום צוזאמענארבעט צווישן די ישיבות‪ .‬קיינער‬ ‫האט נישט מיטן אנדערן גארנישט‪.‬‬ ‫דאס זעלבע איז אויך די בחורים צווישן זיך‪ .‬עס האט זיך געשאפן אזא סארט פירוד‬ ‫לבבות צווישן די בחורים פון צוויי ישיבות‪ .‬מיט א ווארט אהער און א קרום מיט די‬ ‫נאז אהין וואס א בחור האט אויפגעכאפט אויף א צווייטע ישיבה‪ ,‬כאפט ער אויפן‬ ‫ווינק‪ ,‬אז “ער” איז פיל העכער פון זיין חבר וואס לערנט אין אנדערע ישיבה‪ ,‬און מען‬ ‫קוקט זיך אן מיט א ביטול איינער דעם צווייטן‪.‬‬ ‫פארוואס זאל דאס אזוי זיין? כולנו בני איש אחד נחנו‪ ,‬און אויב שוין יא עקסטערע‬ ‫ישיבות‪ ,‬פארוואס זאל עס נישט זיין ווי איין ישיבה צוטיילט אין עקסטערע‬ ‫סניפים?‬

‫דער “חינוך” פון די בחורים‬ ‫א טריט ווייטער‪ .‬וויפיל שנאה און קנאה ברענגט דאס צווישן די יונגע תלמידים?‬ ‫וויפיל שטאלץ און גאוה ברענגט מען אריין אין א בחור וועלכער קען חודש אייר (!)‬ ‫קומען דערציילן אז אים האט מען שוין אנגענומען אין די ישיבה‪ ,‬און וויפיל קנאה‬ ‫געפילן ברענגט מען אריין אין די בחורים וואס צוליב סיי וועלכע אומברעכטיגטע‬ ‫סיבה איז ער מיט עטליכע חדשים שפעטער נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה?‬ ‫און ליידער איז דאס שוין געווארן א גאנצע שפראך צווישן די יונגע בחורים וואס‬ ‫זענען ‪ -‬ווי דערמאנט ‪ -‬קוים אלט געווארן דרייצן יאר‪ .‬ווי פאסיג האט זיך אויסגעדרוקט‬ ‫איינער פון די עלטערן‪ ,‬אז דאס וואס ער האט זיך ניטאמאל געטרויעט צו רעדן אין‬ ‫זיינע שידוכים יארן‪ ,‬הערט ער איצט רעדן פון זיין אינגל וואס איז נאכנישט בר מצוה!‬ ‫דהיינו‪ ,‬אמאל האט מען געוואוסט אז ווען עס קומט צו שידוכים איז א רעדע צווישן‬ ‫די עלטערן‪ ,‬צי דער צד השני איז פארמעגליך‪ ,‬צי דער בחור קען לערנען‪ ,‬און צי די‬ ‫מדוברת האט גוטע מדות וכדומה‪ ,‬וואס ווי פארשטענדליך איז דאס אלץ געווען‬ ‫וכ‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫שמועסן ביי עלטערן צווישן זיך‪ ,‬וועלכע האבן איבערגעשמועסט די מעלות פון די‬ ‫שידוכים וואס מען האט זיי אנגעטראגן‪.‬‬ ‫היינט שטעלט זיך ליידער ארויס‪ ,‬אז מען נעמט יונגע קינדער‪ ,‬וואס “קיינער”‬ ‫ווייסט נישט זייער עתיד‪ ,‬און מען רעדט שוין דאס זעלבע איבער זיי‪ .‬דער קינד איז‬ ‫א מצוין‪ ,‬דער א שוואכער‪ ,‬זיין טאטע האט מער געלט‪ ,‬און זיין טאטע ווייניגער‪ ,‬און‬ ‫דאס אלעס איז נישט די רעדע בלויז ביי ערוואקסענע מענטשן צווישן זיך‪ .‬עס איז‬ ‫געווארן א גאנגבארע שפראך ביי די יונגע קינדער צווישן זיך‪ .‬די קינדער דערשמעקן‬ ‫עס גלייך‪ ,‬אז דעם האט מען שוין אנגענומען ווייל ער הייסט א “מצוין” און דעם‬ ‫האט מען אנגענומען ווייל זיין טאטע האט געלט‪ ,‬און דעם דריטן האט מען נאכנישט‬ ‫אנגענומען ווייל ער איז א שוואכער און זיין טאטע האט נישט קיין געלט‪.‬‬ ‫וואס פאסירט צווישן די קינדער? א קינד וואס ווייסט ביי זיך‪ ,‬אז אים האט מען שוין‬ ‫אנגענומען אין די ישיבה‪ ,‬אבער זיין חבר מוטשעט זיך דערווייל נאך‪ ,‬ווייסט ער שוין‬ ‫גלייך אז ער איז פון די “עליטע” ער איז נישט אזא אפגעריסענער‪ ,‬און נישט אזא “תם‬ ‫קאפ” ווי דער חבר‪ ,‬והא ראי’‪ ,‬קוק ווי לייכט מען האט מיך אנגענומען‪ ,‬און קוק ווי דער‬ ‫צווייטער דארף זיך מוטשען‪.‬‬ ‫איר קענט עס אנרופן ווי אזוי איר ווילט‪ ,‬אבער קיין בעסערן אויסדרוק טרעפן מיר‬ ‫נישט דערפאר ווי “גאוה סרוחה”! מען נעמט א דרייצן‪-‬יעריג קינד‪ ,‬און אנשטאט מען‬ ‫זיך פון אים אויסרייסן זיינע שלעכטע מדות‪ ,‬איז מען אים גאר “מחנך” מיט גאוה און‬ ‫שטאלצקייט וואס קיינער קען עס פון אים נישט אויסרייסן!‬ ‫און דאס איז נישט זאכן וואס מען “שטעלט זיך פאר” אז לויט דעם סיסטעם דארף‬ ‫עס אזוי זיין‪ .‬ניין‪ .‬אדרבה‪ ,‬גייט הערט דעם שפראך פון א יונג בחור’ל וואס מ’האט‬ ‫אים גיך אנגענומען אין א גוטע ישיבה‪ .‬עס איז ממש א גרויל צו הערן דעם שטאלצן‬ ‫שפראך וואס ער רעדט‪ .‬מען קען הערן פון בחורים אזא שפראך‪ ,‬וואס אין פרידנס‪-‬‬ ‫צייטן וואלט אן ערפארענער מחנך אראפגעלאזט פאר דאס קינד צוויי אזעלכע‬ ‫קלינגעדיגע פעטש‪ ,‬אז עס זאל פארגיין דער אפעטיט פון ארויסזאגן אזעלכע‬ ‫ווערטער אויף א צווייטן חבר‪.‬‬ ‫און היינט? אלעס איז גוט‪ ,‬אלעס איז מותר‪ ,‬צוליב דעם אז עס זאל ח”ו נישט‬ ‫פארמינטערט ווערן א האר פון דעם כבוד וואס די און די ישיבה האט זיך דערווארבן‬ ‫(שלא ביושר!)‬ ‫ולא עוד‪ .‬דער בחור’ל האט נישט בלויז ארויס “גדלות עצמו” נאר נאך פיל מער האט‬ ‫ער ארויס דעם “שפלות חברו”‪ .‬ער זעט דאך שוין אז זיין חבר נעמט מען נישט אזוי‬ ‫לייכט אן‪ ,‬און ווי פאסט דאס דען אז איך דער “‪ ...‬התורה בחור” זאל זיך חבר’ן מיט‬ ‫יענעם בחור וואס ווייסט נאך ניטאמאל איצט (חודש תמוז!!!) אין וועלכע ישיבה ער‬ ‫וועט לערנען‪ ...‬ער קלאפט אראפ דעם חבר מיט זיין שטאלצן בליק‪ ,‬און דערנידערט‬ ‫אים עד לעפר ר”ל‪.‬‬ ‫אומאנגענומענער בחור אליינס? ווען מען זאל נעמען אן ערוואקסענעם‬ ‫ָ‬ ‫און דער‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫זכ‬

‫בעל הבית פון פערציג יאר אלט‪ ,‬און מען זאל זיך אזוי ארומווארפן מיט אים ביי די‬ ‫ארבעט‪ ,‬וועט ער בלי שום ספק ווערן אראפגעקלאפט און דערפרעסט‪ ,‬ומה יעשה‬ ‫הבן? וויפיל בחורים ווערן פשוט צוקלאפט אויף א שרעקליכן פארנעם‪ ,‬אז מען‬ ‫דארף דערנאך אריינגלייגן עקסטערע כחות צוריקצוברענגן זייער קאנפידענץ צום‬ ‫“געווענליכן” שטאפל!‬ ‫אפגערעדט פון דעם פאקט‪ ,‬אז די בחורים דערשמעקן טאקע פונקטליך וואס עס‬ ‫גייט פאר ביי זייער חבר‪ ,‬אבער זיי האבן ווייט נישט דעם דעת זיך אכט צו געבן‪ ,‬אז‬ ‫נישט אלעס וואס מען ווייסט און מען הערט מעג מען איבערפארציילן אין חדר‪.‬‬ ‫עס קומען קינדער אין חדר און צעלייגן הויך אויפן קול יעדן חבר באזונדער‪ ,‬די‬ ‫פונקטליכע מעלות און “חסרונות” עס שאפט זיך אזעלכע מחיצות צווישן די קינדער‪,‬‬ ‫וואס אנשטאט איינצואווארצלען אין די קינדער מדות טובות וישרות‪ ,‬געוואוינט‬ ‫מען זיי איין צו שלעכטע מדות‪ ,‬וואס גרעניצט זיך אפט מאל מיט הלבנת פנים און‬ ‫אפילו רציחה ממש!‬ ‫עס מאכן זיך קינדער וואס הערן זיך אן אין חדר דאס וואס זייערע חברים האבן‬ ‫צוליב דעם ישיבה‪-‬דעזעסטער געהערט אין שטוב‪ ,‬אזעלכע זאכן וואס זיי וואלטן אין‬ ‫לעבן נישט געוואוסט אז זייערע עלטערן טראגן אזא נאמען אויף די גאס‪.‬‬ ‫מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל קינדער מען האט שוין פשוט אוועקגע’הרג’ט‬ ‫צוליב אזעלכע שמועסן!‬ ‫ועל כולם איז ליידער געווארן א פרישע “שווערע תקופה” וואס א בחור גייט דורך אין‬ ‫לעבן‪ .‬ביז היינט האט מען געוואוסט אז אין די שידוכים יארן קען זיך מאכן שווערע‬ ‫דורכגענג פאר א מענטש ביז מען דערזעט זיך נאך א שידוך‪ .‬דא האט מען גענומען‬ ‫יונגע בחורים‪ ,‬און מען פייניגט זיי על לא דבר‪ ,‬מען מאכט אז זיי זאלן דארפן דורכגיין‬ ‫א זעלטן שווערע תקופה אין לעבן‪ ,‬מיט פחד און פיין‪ ,‬וועט מען מיך אננעמען אין‬ ‫ישיבה צו נישט?‬ ‫און עס איז בכלל א וואונדער אז די קינדער ווערן אזוי מוטלאז? עס איז דען א‬ ‫וואונדער פארוואס אן ערוואקסן קינד ביי וועמען מען האט שוין אין די לעצטע‬ ‫פינף‪-‬זעקס יאר נישט געקענט ארויסדערווישן קיין טרער‪ ,‬ווערן זיינע אויגן נאכט‪-‬‬ ‫נאך‪-‬נאכט באנעצט מיט הייסע טרערן און יאמערליכע בכיות?‬ ‫עס איז קיין וואונדער! א וואונדער איז ווי אזוי אזא יונג קינד ראנגעלט זיך אליינס‬ ‫מיט אזעלכע פיינפולע געדאנקן‪ ,‬אן קיין שום בארעכטיגטע סיבה‪ .‬און א וואונדער‬ ‫איז‪ ,‬ווי אזוי אזא יונג קינד טראגט עס בכלל דורך‪.‬‬

‫אפגעסטעמעפלט א בחור‬ ‫נאך ווייטער‪ .‬ווען עס ענדליך אנגעקומען דער געוואונטשענער מאמענט‪ ,‬און איינס‬ ‫פון די ישיבות האט ברוב טובו זיך “מרחם געווען” און אריינגענומען דעם צו יענעם‬ ‫בחור אין די ישיבה‪ .‬מיט וועלכע געפילן קומט אריין דער בחור וואס האט אליינס‬ ‫חכ‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫מיטגעהאלטן ווי שווער מען האט אים אנגענומען אין די ישיבה?? ווי אזוי טראכט‬ ‫מען אפילו אז דער בחור זאל האבן א געפיל צו וועלן מקבל זיין דאס וואס זיין מגיד‬ ‫שיעור לערנט מיט אים‪ ,‬נאכדעם וואס נישט לאנג צוריק האט דער זעלבער זיך‬ ‫געווארפן מיט אים אלס ווי מיט א שפילצייג‪ ,‬ווי ער וואלט געווען גארנישט מיט‬ ‫נישט‪.‬‬ ‫אפגערעדט פון דעם פאקט‪ ,‬אז ווען דער בחור קומט אריין אין איינס פון די ישיבות‪,‬‬ ‫איז ער שוין אן “אפגעסטעמעלטער”‪ .‬נישט בלויז דער מגיד שיעור ווייסט אז דער‬ ‫בחור איז א בינוני צי א שוואכער‪ ,‬נאר דער בחור אליינס האט אלעס מיטגעהאלטן‪,‬‬ ‫ער אליינס ווייסט עס‪ ,‬און ער ווייסט אז אלע זיינע חברים ווייסן שוין פונקטליך וואס‬ ‫פאר א סארט בחור ער איז‪ .‬ער ווייסט גענוי וואס דער מגיד שיעור האלט אויף אים‪.‬‬ ‫ער האט דאך פונקטליך מיטגעהאלטן ווי עטליכע חדשים נאכנאנד איז ער נישט‬ ‫געווען מסודר אין קיין ישיבה‪ ,‬ווידער זיין חבר דער מצוין איז שוין גלייך אום חודש‬ ‫אייר געווען מסודר מיט א ישיבה‪ ,‬הייסט דאך אז איך בין סייווי א שוואכער‪ .‬נו‪ ,‬אויב‬ ‫ער איז שוואך האט ער דעם פולן רעכט זיך צו פירן שוואך‪ .‬ער באקומט די גרינע‬ ‫ליכט צו טון אויך אזעלכע זאכן וואס עס וואלט אים נישט געפאסט אויב וואלט‬ ‫ער געוואוסט אז ער איז א מצוין‪ ,‬צו אויב ער וואלט סתם אזוי נישט געוואוסט אין‬ ‫וועלכע קאטעגאריע ער איז‪.‬‬ ‫און וואס דארף למשל דער בחור טון זיך געהעריג מסדר צו זיין אין די ישיבה?‬ ‫זיין חבר וועמען מען האט שוין אנגענומען פיר‪-‬פינף חדשים צוריק‪ ,‬און האט שוין‬ ‫פונקטליך געוואוסט וועלכע בחור מען האט שוין אנגענומען אין זיין ישיבה‪ ,‬האט‬ ‫זיך שוין דעמאלט מסדר געווען מיט חברותות פאר אלע לימודים‪ ,‬אין די צייט‬ ‫וואס זיין שוואכער חבר האט נאך ניטאמאל גע’חלומ’ט וועלכע ישיבה עס וועט‬ ‫אים אננעמען‪ ,‬און ווען עס קומט ענדליך די צייט וואס מען האט דעם שוואכן בחור‬ ‫“אריינגעקוועטשט” אין די ישיבה‪ ,‬וועמען זאל ער דעמאלט נעמען פאר א חברותא?‬ ‫וואספארא חברים קען ער שוין דעמאלט טרעפן?‬

‫איינשרייבן די בחורים‬ ‫און דער אמת איז‪ ,‬אז דער עצם סיסטעם אז מען דארף “איינשרייבן” די בחורים‪ ,‬און‬ ‫אזוי פרי ווי גלייך נאך פסח אריינגעבן אן אפליקאציע אין איינס פון די ישיבות‪ ,‬צייגט‬ ‫ווי דורכגעפוילט דער סיסטעם איז‪ ,‬און אז די תורה ישיבות זענען אין קיין פאל נישט‬ ‫קיין נאכפאלגערשאפט פון א ישיבה קטנה פאר די מוסדות‪.‬‬ ‫לאמיר זיך פארשטעלן אז דער זעלבער פאל זאל זיין ביי כתה ד’‪ .‬מיר האבן עס שוין‬ ‫פריער דערמאנט‪ ,‬אז ביי אונז אין די מוסדות‪ ,‬איז פון כתה ד’ ביז כתה ח’ איינגעטיילט‬ ‫אין צוויי אפטיילונגען‪ .‬זאל איינער אויפקומען מיט א פארשלאג‪ ,‬אז היות די צוויי‬ ‫אפטיילונגען זענען דאך קאמפעטישאנס צווישן זיך‪ ,‬זאל יעדער טאטע פון היינט און‬ ‫ווייטער‪ ,‬ווען זיין קינד דארף אריינגיין אין כתה ד’ דארפן אריינגעבן אן “אפליקאציע”‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫טכ‬

‫אין וועלכע פון די אפטיילונגען ער וויל אז זיי זון זאל גיין‪ ,‬און די צוויי מנהלים זאלן זיין‬ ‫די וואס וועלן זיך קלויבן‪ ,‬דער תלמיד קען גוט אפטייטשן א פסוק חומש‪ ,‬דעריבער‬ ‫וויל איך אים אננעמען‪ ,‬און דער תלמיד קען נישט קיין תוספות‪ ,‬דעריבער וויל איך‬ ‫אים נישט נעמען‪ ...‬און די תלמידים וואס קיינער פון די צוויי מנהלים ווילן אים נישט‬ ‫נעמען‪ ,‬זאלן די עלטערן זיך ספראווען מיט זיי‪...‬‬ ‫יעדער פארשטייט אז עס איז נישט מער ווי א ווערטל‪ ,‬אבער מיט וואס איז דאס‬ ‫אנדערש פון דעם איצטיגן סיסטעם מיט די ישיבות? איז דער צייט אפשניט פון‬ ‫צווישן זיבן ביז צוועלף יאר אזא גרויסער מרחק אז מען זאל שוין קענען זיך ווארפן‬ ‫מיט תלמידים?‬ ‫אדרבה‪ ,‬גיט א קוק דא נישט ווייט‪ ,‬אין קרית יואל האט מען אויך געוואוסט פון‬ ‫דעם אויסטערלישן “סוד” וואס רופט זיך “קאמפעטישאן”‪ .‬דארט איז דער סדר אז‬ ‫פון כתה ט’ גייט מען אריין אין ישיבה קטנה וואו מען לערנט איין יאר‪ ,‬און נאכדעם‬ ‫ווערן די בחורים צוטיילט אין צוויי ישיבות‪“ .‬קיינער” פון די תלמידים דארפן “נישט”‬ ‫אריינגעבן קיין אפליקאציעס‪ ,‬און קיינער “קען נישט” אויסוועלן אין וועלכע ישיבה‬ ‫מען וויל שיקן די קינדער‪ .‬ביים ענדיגן דאס יאר‪ ,‬מאכט מען א יושר’דיגן גורל‪ ,‬דריי‬ ‫כתות זאלן גיין אין די ישיבה‪ ,‬און דריי כתות אין די ישיבה‪ ,‬און אזוי בלייבט דאס‪.‬‬ ‫אדרבה‪ ,‬פרעגט אייך נאך‪ ,‬דער סיסטעם ארבעט וואונדערבאר‪ ,‬טראץ דעם וואס מען‬ ‫האט נישט געצוואונגען די תלמידים צו זיין פארנומען א גאנצען זמן‪ ,‬אז מען זאל‬ ‫דארפן טראכטן‪ ,‬צי מען האט אים יא אדער נישט אנגענומען אין א ישיבה‪...‬‬

‫ואל ארבעה לו אשיבנו‬ ‫און וויפיל מאל האט זיך שוין געמאכט אז עלטערן שרייבן איין זייערע תלמידים‬ ‫אין דריי צו גאר אין פיר ישיבות (וואס דאס אליינס צייגט ווי ווייט די (צופרידענע‪)...‬‬ ‫עלטערן האבן מורא פון דעם נייעם שרעקענדיג ווארט דמתקריא “ישיבה” אז‪,‬‬ ‫מ’טראכט שוין נישט פון וועלכע ישיבה עס איז דער בעסטער תכלית פאר זיין זון‪.‬‬ ‫העיקר איינער וועט אים אננעמען‪ )...‬אלענפאלס‪ ,‬דער טאטע האט “אונטערגשאצט”‬ ‫זיין בחור’ל‪ ,‬ער האט נישט געוואוסט אז זיין בחור איז גאר אויסדערוועלט געווארן‬ ‫און אלע ישיבות צי עטליכע ישיבות האבן אים אנגענומען‪ .‬דער בחור ווערט איצט‬ ‫“דריי מאל” גערופן צו פארהערן פאר קיין שום סיבה נישט‪ ,‬און דאס איז אין די צייט‬ ‫וואס די הנהלות הישיבות זאגן “שלום עלי נפשי”‪ .‬איך האב דאך שוין אנגענומען‬ ‫היי‪-‬יאר כך וכך בחורים‪ ,‬נישט האבנדיג קיין שום מושג אז א גרויסן מספר פון די‬ ‫בחורים וואס דו האסט אנגענומען‪ ,‬האבן שוין אויך אנדערע ישיבות אנגענומען‪,‬‬ ‫און אינדרויסן אויף די גאס דרייען זיך צענדליגער פארווייטאגטע הערצער פון יונגע‬ ‫קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא מימיהם!‬ ‫אזוי ארום אז אפילו אין פאל אלע עקספערטן וועלן באשליסן אז דער איצטיגער‬ ‫סיסטעם דארף יא בלייבן פאר יעדן פרייז‪ ,‬איז אמאל זיכער אז דער סדר פון‬ ‫ל‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫איינשרייבן בחורים איז א חורבן נורא‪ ,‬און אז דער סדר דארף זיין גאנץ אנדערש‪,‬‬ ‫אדער אז מען זאל זיך בכלל נישט דארפן איינשרייבן‪ ,‬און אפילו אויב יא‪ ,‬זאל מען זיך‬ ‫איינשרייבן ביי די הנהלת התלמוד תורה‪ ,‬צו ביים מתווך‪ ,‬און “ער” אדער “זיי” זאלן‬ ‫זיי די וואס טיילן איין פאר די ישיבות וועלכע כתה מיט בחורים זיי באקומען‪ ,‬אזוי‬ ‫אז קיינער פון די ישיבות זאל נישט קענען וועלן קיין בחורים‪ ,‬וועמען יא און וועמען‬ ‫נישט צו נעמען‪.‬‬

‫מ’זעט די פירות‬ ‫ווידער זענען דא וואס טענה’ן אז נאך אלעם איז דער סיסטעם גוט‪ ,‬והא ראי’‪ ,‬מען‬ ‫זעט די גוטע פירות וואס עס קומען ארויס פון די ישיבות‪ ,‬וואס דאס איבערצייגט אז‬ ‫דער סיסטעם איז ווירקזאם‪ ,‬און אזוי דארף דאס צו זען‪.‬‬ ‫און מיר פרעגן זיי‪ ,‬לאמיר זאגן אז עס איז טאקע אזוי‪ ,‬אבער צו זענען נאר די ישיבות‬ ‫בעסער געווארן? איז דען נישט אונזער תלמוד תורה היינט אין א פיל העכערן‬ ‫סטאנדארט ווי עס פלעגט זיין אמאל? האט דען אונזער בית חינוך לבנות “בית‬ ‫רחל” זיך נישט פארבעסערט פי כמה אויף פארשידענע הינזיכטן? איז דען נישט‬ ‫אנטשטאנען א געוואלדיגער שינוי לטובה אינעם ענין פון “קביעת עתים לתורה”‬ ‫צווישן אנ”ש? האט דען די “התאחדות אברכים” נישט דורכגעפירט א געוואלדיגע‬ ‫רעוועלוציע אויף פארשידענע געביטן? איז דען נישט דא היינט ממש א דורכברוך‬ ‫אינעם געביט פון מורי הוראות‪ ,‬זינט עס איז אויפגעשטעלט געווארן דער “בית‬ ‫הוראה”? זענען דען די “חתנים שיעורים” נישט פארבעסערט געווארן פילפאכיג‬ ‫זינט עטליכע יאר צוריק‪.‬‬ ‫און אזוי נאך כהנה וכהנה פארשידענע ענינים וואס ווערט אלס בעסער‪ .‬פארוואס‬ ‫ווערט עס בעסער? ווי אזוי ווערט עס בעסער? פשוט‪ ,‬ווייל מ’טוט דערין‪ .‬עס זענען‬ ‫דא די פעאיגע עסקנים‪ ,‬און די צוגאפסטע ממונים אויף יעדן ענין באזונדער‪ ,‬און אזוי‬ ‫טוט מען ב”ה אויף גרויסע זאכן‪.‬‬ ‫נו‪ ,‬קען מען דען נישט דאס זעלבע בעסער מאכן מיטן חינוך פון די בחורים אן די‬ ‫אלע ווייטאגליכע קאנסקעווענצן וואס דער איצטיגער סיסטעם ברענגט מיט זיך?‬ ‫קען מען דען דאס זעלבע בעסערקייט האבן פאר פיל ווייניגער עגמת נפש און אן‬ ‫וואס מען זאל דארפן אוועק’הרג’נען בחורים?‬ ‫און דאס איז אלעס אויב עס איז טאקע אמת‪ ,‬אז דער איצטיגער סיסטעם האט‬ ‫גורם געווען צו פארבעסערן דעם חינוך פון די בחורים‪ ,‬וואס דאס אליינס איז ‪ -‬ווי‬ ‫דערמאנט ‪ -‬אונטער א גרויסע פראגע צייכן‪.‬‬

‫איבערגעטריבענע הוצאות‬ ‫און וואס איז מיט דעם אויסטערלישער גשמיות’דיגער עול וואס דער סיסטעם‬ ‫ווארפט ארויף אויפן ציבור?‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫אל‬

‫עס איז גאנץ קלאר‪ ,‬אז “יעדער” פון די עלטערן זוכט דעם בעסטן תכלית פאר זיינע‬ ‫קינדער‪ ,‬הא ראי’‪ ,‬די עלטערן זענען געווען גרייט ארויסצונעמען קינדער פון העכסט‬ ‫ארגאניזירטע מוסדות‪ ,‬און זיי אריינשטעלן אין פריש‪-‬געגרינדעטע מוסדות‪,‬‬ ‫פארשטייענדיג אז עס לוינט זיך די שוועריקייטן און די אויסטערלישע הוצאות‪,‬‬ ‫ווייל עס איז א תכלית פאר די קינדער‪.‬‬ ‫אזוי ארום‪ ,‬אז אויב וואלט געווען קלאר און עס וואלט געווען א קראנטע זאך אז‬ ‫דער סיסטעם איז דאס מערסטע צוגעפאסט פארן תועלת פון די תלמידים‪ ,‬וואלט‬ ‫דער פאקטאר פון “געלט” אינגאנצן נישט אריינגעקומען דא‪ .‬עס וואלט קיין רעדע‬ ‫נישט געווען‪ ,‬אז יעדער טאטע איז גרייט צו צאלן דאס מערסטע וואס נאר שייך‪ ,‬אז‬ ‫זיין קינד זאל אויסשטייגען דאס בעסטע וואס מעגליך‪.‬‬ ‫דאס איז התינח ווען עס איז קלאר און קראנט אז דער סיסטעם איז דאס מערסטע‬ ‫צוגעפאסט פאר די תלמידים‪ .‬אויב נישט‪ ,‬ווער נעמט אויף זיך דעם אחריות צו נעמען‬ ‫אויסגעפלאגטע און אויסגעהארעוועטע עלטערן‪ ,‬און ארויסרייסן ביי זיי געלט פאר‬ ‫א חינוך וואס לכה”פ דאס זעלבע קען מען האבן פאר פיל ביליגער? ווער איז אחריות‬ ‫צו שלעפן געלט ביים ציבור פאר א סיסטעם וואס מען קען פאר פיל ביליגער גאר‬ ‫האבן אפילו א בעסערן סיסטעם?!‬ ‫איז עס איז דען נישט ביליגער ווען אנשטאט צו האלטן איין מנהל‪ ,‬צי איין ראש‬ ‫ישיבה‪ ,‬איין קעכער‪ ,‬איין רוימער אויף א מספר פון צווישן הונדערט‪-‬פופציג און‬ ‫צוויי‪-‬הונדערט בחורים‪ ,‬ווי צוויי מנהלים‪ ,‬צוויי קעכער‪ ,‬צוויי רוימער אויף א מספר‬ ‫פון צווישן פינף‪-‬און‪-‬זיבעציג און הונדערט תלמידים‪ ,‬אדער גאר נאך ווייניגער?‬ ‫איז עס דען נישט ביליגער אז אנשטאט אויפצוהאלטן “פיר” עקסטערע בנינים פאר‬ ‫פיר ישיבות‪ ,‬זאל מען אויפהאלטן בלויז צוויי בנינים? איז עס דען נישט ביליגער אז‬ ‫אנשטאט אויפהאלטן פיר עקסטערע זומער קעמפס‪ ,‬מיט די אלע ריזיגע הוצאות‬ ‫וואס דאס ברענגט מיט זיך‪ ,‬זאל מען אויפהאלטן בלויז צוויי?‬ ‫דאס איז פאר די הנהלות‪ ,‬און וואס איז מיט די עלטערן? א טאטע וואס האט צוויי‬ ‫צו דריי בחורים‪ ,‬און דער “סיסטעם” האט אזוי צוגעברענגט אז ער דארף זיי האלטן‬ ‫אין דריי באזונדערע ישיבות‪ ,‬דארף ער פאר אלע דריי עקסטער צאלן “שכר לימוד”‬ ‫“קרן הבנין” “דינער געלט” “קעמפ הוצאות” און נאך און נאך‪ .‬קיין הנחה קען ער‬ ‫נישט באקומען‪ ,‬ווייל וואס האט דען די ישיבה וואו זיין דריטער זון איז אריין לערנען‬ ‫מיט די ישיבה וואו זיין ערשטער זון לערנט?‬ ‫וואס ווען עס וואלט געווען א יושר’דיגער סיסטעם‪,‬‬ ‫און דאס אלעס אין א צייט ווען‪ָ ,‬‬ ‫וואלט מען זייער אסאך דערפון געקענט פארשפארן‪ ,‬און דער רוחניות’דיגער תכלית‬ ‫וואלט געווען לכה”פ דאס זעלבע‪ ,‬אויב נישט מער ווי דאס וואס דער איצטיגער‬ ‫סיסטעם שטעלט מיט זיך פאר‪.‬‬

‫הנהלות הישיבות‬ ‫בל‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫אז מען רעדט שוין פונעם מצב הגשמי פרעגט זיך די ווייטאגליכע פראגע‪ .‬ווער איז‬ ‫אחראי אויף די ישיבות? וויפיל מאל האט זיך שוין געמאכט אז די אדער די ישיבה‬ ‫האט שוין געהאלטן ביים שוועל פון אונטערגאנג “בלויז” צוליב דעם וואס די ישיבה‬ ‫פארמאגט נישט קיין געהעריגע הנהלה‪ .‬און פארוואס זאל די ישיבה דען יא האבן‬ ‫א הנהלה‪ ,‬ווען די גאנצע ישיבה איז נאר געגרינדעט געווארן דורך א גרופע עלטערן‬ ‫וואס האבן פשוט נישט געהאט וואו אריינצושטעלן זייערע קינדער לערנען‪ ,‬און ווען‬ ‫עס איז געווען “עבר זמנו” זייער זון איז שוין געווען מסודר‪ ,‬צי עס איז געקומען די יארן‬ ‫וואס זייער זון איז שוין ארויס פון די ישיבה‪ ,‬איז געווען “בטל קרבנו”‪ ,‬אז דער טאטע‬ ‫האט שוין מער נישט געהאט קיין אינטרעס אין די ישיבה‪ ,‬האט ער אויפגעגעבן זיין‬ ‫עסקנות וואס ער האט געאפפערט פאר די ישיבה‪.‬‬ ‫גוט‪ ,‬עס האט זיך געטראפן א צווייטער עסקן וועלכער האט אויך “פונקט” געהאט‬ ‫דעם זעלבן פראבלעם‪ ,‬אז זיין זון האט נישט וואו צו לערנען‪ ,‬צו אז זיי זון לערנט שוין‬ ‫אצינד אין די און די ישיבה‪ ,‬און ער האט גענומען אויף זיך דעם עול פון די ישיבה‪.‬‬ ‫אבער ווער עס איז ערב אז בבא מן הימים וועט זיך נישט ווייטער טרעפן אז דער‬ ‫טאטע צו עטליכע עלטערן וועלן ווייטער מיד ווערן‪ ,‬און עס וועט נישט זיין ווער עס‬ ‫זאל איבערנעמען דעם עול פון די ישיבה‪ ,‬וואס וועט מען דאן טון מיט די הונדערט‬ ‫בחורים וואס לערנען אין די ישיבה? וואס וועט מען דאן טון מיט די פינף‪-‬און‪-‬‬ ‫צוואנציג כתה ט’ תלמידים וואס דארפן אריינקומען אין די ישיבה? וועלן זיי בלייבן‬ ‫אן קיין ישיבה?‬ ‫און בעצם הדבר‪ ,‬דאס אז עס זענען נישט דא קיין געהעריגע עסקנים און הנהלה‬ ‫אויף א ישיבה‪ ,‬איז א שטארקער גורם אז א ישיבה זאל פאלן פון איר מדריגה‪ .‬אויב‬ ‫איז נישט דא קיין הנהלה‪ ,‬פאלט א גרויס חלק פונעם גשמיות’דיגן עול נישט אויף‬ ‫קיין אנדערן ווי אויף די הנהלה רוחניות פון די ישיבה‪ ,‬וואס אנשטאט דער מנהל און‬ ‫די מגידי שיעור זאלן קענען זיין פריי פון יעדן עול‪ ,‬כדי זיך קענען אפגעבן מיט א כתה‬ ‫פון אזויפיל ווי פינף‪-‬און‪-‬צוואנציג בחורים‪ ,‬דארף ער נישט בלויז טראגן דעם עול פון‬ ‫וואו צו שפייזן זיין משפחה נאכן נישט באקומען אזויפיל וואכן אין א צי זיין ערליך‪-‬‬ ‫פארדינטן געהאלט‪ ,‬נאר ער דארף גאר זיין א חלק פונעם “פאנד‪-‬רעיזינג” אפאראט‬ ‫פון די ישיבה‪ .‬נו‪ ,‬וויפיל כח און מח בלייבט שוין איבער פארן חינוך פון די בחורים?‬ ‫דאס איז נישט בלויז א השערה‪ .‬עס איז א מציאות‪ ,‬אז סיי וועלכע ישיבה עס האט‬ ‫געהאט עליות און ירידות‪ ,‬איז דער גשמיות’דיגער חלק געווען א שטארקער גורם‬ ‫דערצו‪.‬‬ ‫(דער ענין פון איינציען איבעריגע הוצאות מיט וואס עלטערן ווערן ממש‬ ‫באלעסטיגט לויטן איצטיגן סיסטעם‪ ,‬פאדערט א באזונדערן אפהאנדלונג‪ ,‬און מיר‬ ‫האבן דאס איצט בארירט ממש נאר בקצה המזלג‪ ,‬ועוד חזון למועד ביי אן אנדערע‬ ‫געלעגענהייט)‪.‬‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫גל‬

‫פרק ג’‬ ‫די לעזונג‬ ‫גאפל‬ ‫ּ‬ ‫אונזערע שורות וואלט זיך שוין געקענט ענדיגן‪ .‬מיר האבן אויפן שפיץ‬ ‫ארויסגעברענגט דעם עומק פונעם פראבלעם וואס דער איצטיגער סיסטעם האט‬ ‫געברענגט מיט זיך‪ .‬איז אבער באקאנט דער דבר צחות וואס די וועלט זאגט אויף דעם‬ ‫וואס חז”ל זאגן‪ ,‬אז ווען שלמה המלך האט מתקן געווען עירובין און נטילת ידים‪ ,‬איז‬ ‫ארויסגעקומען א בת קול וואס האט אויסגערופן “אם חכם בני ישמח לבי גם אני”‪.‬‬ ‫א “חכם” איז דער ‪ -‬זאגט די וועלט – וואס ווען עס איז דא א פראבלעם‪ ,‬בלייבט‬ ‫ער נישט מיטן פראבלעם‪ .‬ער פרובירט אויפצוקומען מיט א לעזונג‪ ,‬דעריבער ווען‬ ‫שלמה המלך האט איינגעפירט אזא זאך ווי אן עירוב‪ ,‬צו נטילת ידים אלס א תיקון‬ ‫אז מען זאל נישט נכשל ווערן מיט סיי וועלכע איסור‪ ,‬אויף “דעם” איז געקומען דער‬ ‫דערמאנטער בת קול פון “אם חכם בני”‪ .‬אזוי ארום פילן מיר אז מיר האבן נישט גענוג‬ ‫יוצא געווען מיטן בלויז ארויסברענגן דעם פראבלעם‪.‬‬ ‫אבער אנדערש ווי געווענליך ווען מען דארף גריבלען און זיך דערגרונטעווען וואס‬ ‫עס איז די לעזונג צו א געשאפענעם פראבלעם‪ ,‬איז עס איז אין דעם פאל ‪ -‬דאכט‬ ‫זיך ‪ -‬גענצליך איבעריג‪.‬‬ ‫א לעזונג?‬ ‫גיי צוריק צום אלטן‪ .‬עס איז דאך דא אן אויסגעטראטענער וועג וואס איז אנגענומען‬ ‫ביי “אלע” מוסדות התורה אומעטום‪ ,‬און טוה דאס זעלבע‪ .‬אוודאי קען מען אלץ‬ ‫מאכן תיקונים און אויסבעסערונגען‪ ,‬אבער דער אלגעמיינער וועג פון א געהעריג‬ ‫נאכגעפאלגטע ישיבה קטנה‪ ,‬איז “בדרך כלל” דער פאסיגסטער און אנגענומענסטער‬ ‫וועג‪ ,‬ווי אזוי צו לייזן רוב רובם פון די דערמאנטע פראבלעמען‪.‬‬ ‫מיר געבן נאר עטליכע ביישפילן‪:‬‬ ‫א) מאכן א כתה י’ אז די תלמידים זאלן בלייבן נאך א יאר אין תלמוד תורה‬ ‫אונטער הר”ר יודא בער טעלער שליט”א‪ ,‬און נאכדעם מאכן צוויי ישיבה קטנות‬ ‫פאר די קומענדיגע דריי יארגענג‪ ,‬צוויי כתות פער יעדע יארגאנג‪.‬‬ ‫ב) פארקערט‪ ,‬מאכן צוויי ישיבות קטנות און איין צעירים‪ .‬אין די ישיבות קטנות‬ ‫זאל מען לערנען דריי יאר‪ ,‬פון גלייך ווען מען גייט ארויס פון תלמוד תורה‪ ,‬און‬ ‫יעדע ישיבה זאל פארמאגן צוויי כתות פער‪-‬יארגאנג‪ ,‬און אין די צעירים כתה‬ ‫זאלן לערנען אלע בחורים פון די פערטע יארגאנג‪.‬‬ ‫די צוויי ביישפילן האבן די מעלה‪ ,‬אז די ישיבות פארמאגן נישט מער ווי זעקס‬ ‫כתות פער ישיבה‪ ,‬גענוג קליין אז עס זאל נישט ווערן קיין צו גרויסע ישיבה‪ ,‬און‬ ‫גענוג גרויס אז עס זאל נישט זיין אזוי מצומצם ווי נאר איין כתה פער‪-‬יארגאנג‪.‬‬ ‫דל‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫ג) לאזן פיר ישיבות קטנות‪ ,‬אבער מיט א סיסטעם פון צוויי ישיבות וואו עס זאלן‬ ‫לערנען נאר יונגערע כתות‪ ,‬דער עלטער פון די ביז היינטיגע ישיבה קטנות‪ ,‬און‬ ‫דערנאך נאך צוויי ישיבות פאר די קומענדיגע צוויי יארגענג וואס ווערט גערופן‬ ‫“צעירים”‪ .‬אלע פיר ישיבות זאלן אויף אלע יארגענג האבן פאראלעל קלאסן‪,‬‬ ‫וואס איז א שטארקע מעלה‪ ,‬ווי שפעטער ערווערנט‪.‬‬ ‫אזוי קען מען טרעפן נאך פארשידענע ערליי אופנים וואס איז שייך עס‬ ‫אויסצוארבעטן על צד היותר טוב‪ ,‬ואטו כי רוכלא ניזל ונחשב? מיט אביסל מחשבה‬ ‫קען מען אויסארבעטן א געהעריגן סיסטעם וואס זאל זיין אויסגעהאלטן און קראנט‪,‬‬ ‫און גלייכצייטיג זאל מען נישט דארפן זיך אזוי ארומווארפן מיט בחורים‪.‬‬ ‫עס פארשטייט זיך אז דער נאמען וואס די ישיבות טראגן מאכט נישט אויס קיין שום‬ ‫חילוק‪ .‬אויב מען קען נישט מפני הכבוד צי צוליב אנדערע סיבות‪ ,‬בייטן דעם נאמען‬ ‫פון די ישיבות‪ ,‬קען מען רואיג בלייבן מיט סיי וועלכן נאמען די איצטיגע ישיבות‬ ‫טראגן‪ ,‬דער סיסטעם זאל אבער לכה”פ זיין בערך דאס וואס מיר האבן דערמאנט‪.‬‬ ‫עס איז איבעריג ארויסצוברענגן ווי אזוי די פראבלעמען וועלן בעזהשי”ת געלייזט‬ ‫ווערן‪ .‬וואס עס איז יא וויכטיג צו דערמאנען‪ ,‬כאטש אין קורצע שורות‪ ,‬די טיילווייזע‬ ‫מעלות יתירות פון דעם דערמאנטן סיסטעם‪ ,‬בנוסף צו דעם וואס עס וועט אי”ה‬ ‫לייזן די אלע פראבלעמען‪.‬‬

‫מעלה א’‬

‫אלץ א מעגליכקייט זיך טוישן‬

‫דער געווענליכער סיסטעם איז‪ ,‬אז איין אדער צוויי יאר לערנט מען אין איין ישיבה‪,‬‬ ‫דערנאך שטייגט מען אין ראם‪ ,‬מען גייט אלס העכער צו א נייעם מגיד שיעור‪ ,‬א‬ ‫נייעם מנהל און אין א נייער בנין‪.‬‬ ‫לאמיר זאגן אז עס מאכט זיך א בינוני בחור וואס ער באשליסט “מאי דהוה הוה‬ ‫מכאן ואילך חושבנא”‪ .‬איך וויל מיך נעמען אין די הענט אריין‪ ,‬און איך וויל אנהייבן‬ ‫צו שטייגן בתורה ויראת שמים‪ .‬איז אבער דא א יצה”ר וואס שוואכט אים אפ‪ .‬דער‬ ‫בחור האט נישט גענוג דרייסטקייט צו צייגן פאר זיין מגיד שיעור‪ ,‬ביי וועמען ער איז‬ ‫דאך שוין סיי ווי אפגעפרעגט אלס “בינוני”‪ ,‬אז ער וויל זיך באמת פארבעסערן‪.‬‬ ‫אינעם געווענליכן סיסטעם האט ער די מעגליכקייט דערצו‪ .‬אויב נישט היינט ווייל‬ ‫ער שעמט זיך פון זיין מגיד שיעור צו פון זיין מנהל‪ ,‬האט ער כמעט יעדעס יאר די‬ ‫פרישע מעגליכקייט דערצו‪ ,‬ווען ער שטייגט אין ראם אונטער א פרישן מנהל‪ .‬ווען‬ ‫ער וועט אריבערגיין צו א צווייטן מנהל‪ ,‬וועט ער זיך דעמאלט נעמען אין די האנט‬ ‫אריין‪ .‬האט ער אבער די זעלבע מעגליכקייט דערצו ווען ער לערנט פיר יאר אין איין‬ ‫צי אונטערן זעלבן מנהל? אין די זעלבע כתה?‬ ‫אמאל באשליסט א בחור אז ער וויל זיך בעסערן‪ ,‬אבער ער ווערט געשטערט דורך‬ ‫חברים און ארומיגע‪ .‬אויב איז איינגעטיילט עטליכע ישיבות קטנות‪ ,‬האט דאך א‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫הל‬

‫בחור א מעגליכקייט צו בייטן פון איין כתה צו די צווייטע‪ ,‬און אויב וויל ער נאך מער‪,‬‬ ‫האט ער די מעגליכקייט צו בייטן פון איין ישיבה צו די צווייטע מיט פרישע חברים‪.‬‬ ‫איז דאס מעגליך אינעם היינטיגן סיסטעם? פון איין כתה צו די צווייטע קען מען‬ ‫נישט טוישן‪ ,‬ווייל די ישיבה האט דאך נאר איין כתה אין זיין יארגאנג‪ .‬ווידער פון‬ ‫איין ישיבה צו די צווייטע‪ ,‬וועט דען א ישיבה אפילו אננעמען א בחור וואס קומט פון‬ ‫א צווייטע ישיבה? ער איז דען א “גארבידזש קאלעקטער” (כלשונם פון די הנהלות‬ ‫הישיבות!) צו נעמען א בחור וואס איז “ארויסגעפאלן” פון א צווייטע ישיבה?‬

‫מעלה ב’‬

‫מי בראש?‬ ‫נאך א נקודה למחשבה וואס מיר האבן שוין פריער דערמאנט אין קורצן‪ ,‬און מיר‬ ‫וועלן דא מער מרחיב בדיבור זיין‪ .‬עס זענען דא דריי סארט בחורים‪ ,‬מצוינים‪ ,‬בינונים‬ ‫און שוואכע‪.‬‬ ‫וואס הייסט א מצוין? ווער איז דער וואס איז זוכה צו באקומען דעם טיטל? וואס‬ ‫פאר א קוואליפיקאציעס דארף מען האבן דערצו אז מען זאל הייסן א מצוין? און‬ ‫בעיקר‪ ,‬זענען “אלע” מצוינים פון זעלבן טייג געקנאטן? זענען אלע מצויינים אייניג‬ ‫מצוין?‬ ‫דער ענטפער איז פשוט‪ ,‬ניין‪ .‬דער וואס טראגט דעם נאמען מצוין קען זיין צוליב‬ ‫פארשידענארטיגע סיבות‪ .‬עס קען זיין א מצוין וואס האט א שטארקע התמדה‪,‬‬ ‫אבער א קאפ האט ער דייקא א שוואכן‪ .‬ווידער קען זיין א בחור מיט א געזונטן “של‬ ‫ראש” אבער זיין חשק צום לערנען שטייט אויף גאר א שוואכן שטאפל‪ .‬ווידער איז‬ ‫דא א בחור וואס האט נישט דאס און נישט דאס‪ ,‬אבער פון די אנדערע זייט איז ער‬ ‫באקרוינט מיט זעלטענע מדות‪ ,‬צו אז ער איז א ירא שמים‪ ,‬א טייער אפגעהיטן קינד‪,‬‬ ‫וואס דייקא צוליב דעם קומט זיך אים דעם נאמען “מצוין”‪.‬‬ ‫אזוי אז דער מושג פון מצוינים אליינס‪ ,‬איז פארשידענארטיג‪ ,‬און דאס זעלבע איז‬ ‫ביי די אנדערע סארטן‪ ,‬ווי בינונים און שוואכע‪ ,‬זענען דען אלע די זעלבע סארט‬ ‫בינונים‪ ,‬צו די זעלבע סארט שוואכע?‬ ‫אויב איז דא דער געווענליכער סיסטעם פון א ישיבה קטנה‪ ,‬אז יעדע יארגאנג‬ ‫גייט ווייטער צוזאמען אין די זעלבע ישיבה‪ .‬דאס הייסט‪ ,‬אז ווען עס קומט ארויס‬ ‫פון כתה ט’ א מספר פון הונדערט תלמידים‪ ,‬און זיי לערנען ווייטער צוזאמען אין‬ ‫איין ישיבה‪ ,‬איז די ישיבה איינגעטיילט בערך אין דריי‪ ,‬ד‪ .‬ה‪ .‬בערך ‪ 33‬בחורים זענען‬ ‫מצוינים‪ ,‬בערך ‪ 33‬בחורים בינוניים‪ ,‬און בערך ‪ 33‬בחורים שוואכע‪ .‬עס קומט אבער‬ ‫אויס אז דער אויסוואל פון מצוינים איז גענוג ברייט‪ ,‬אז “יעדער” בחור זאל טרעפן‬ ‫זיינס גלייכן‪ ,‬און זאל זיך טרעפן דאס פלאץ אין די ישיבה‪ .‬ולא עוד‪ ,‬מיט אזויפיל‬ ‫בחורים מצוינים‪ ,‬באקומען די מצוינים א כח הרבים‪ ,‬און זיי קענען לייכט קריגן דעם‬ ‫אויבערהאנט אין די ישיבה‪ ,‬צוצושלעפן מיט זיך נאך און נאך בינונים און עווענטועל‬ ‫ול‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫אויך שוואכע בחורים‪ ,‬זיי צו דערהייבן אין ראם‪.‬‬ ‫ווידער לויטן איצטיגן סיסטעם‪ ,‬קומט אויס אז די הונדערט תלמידים פון כתה ט’‪,‬‬ ‫ווערן איינגעטיילט אין פיר באזונדערע ישיבות‪ ,‬וואס אפילו לאמיר זאגן מען טיילט‬ ‫עס איין יושר’דיג‪ ,‬און יעדע ישיבה באקומט א דריטל מצוינים‪ ,‬א דריטל בינונים‬ ‫און א דריטל שוואכע‪ ,‬קומט אויס אז יעדע ישיבה האט אריינבאקומען א מספר‬ ‫פון ‪ 8‬מצוינים (וואס ווי דערמאנט מיינט דאס א געמיש פון ‪ 8‬סארט מצוינים‪ )...‬א‬ ‫מספר פון ‪ 8‬בינונים און א מספר פון ‪ 8‬שוואכע‪ .‬ווי דערמאנט איז דאס “אויב” עס איז‬ ‫איינגעטיילט יושר’דיג‪ ,‬אבער מיטן היינטיגן סיסטעם אז יעדער קען כאפן תלמידים‪,‬‬ ‫קען זיך לייכט מאכן‪ ,‬אז איין ישיבה זאל נאר אריינקומען פיר בחורים וואס הייסן‬ ‫מצוינים‪ ,‬און אין אן אנדערע ישיבה זאל זיין אביסל מער‪.‬‬ ‫דער מציאות איז‪ ,‬אז די שוואכע בחורים‪ ,‬און אפילו די בינונים פון אלע יארגענג‬ ‫אויפאמאל טרעפן זיך גאנץ שנעל א געמיינזאמע שפראך צווישן זיך‪ .‬די מצוינים זיצן‬ ‫געווענליך ביי די גמרא‪ ,‬וואס דארט טרעפט מען זיך נישט שנעל רעדן צו א פרעמדן‬ ‫בחור‪ ,‬און אינדרויסן אין האלוועי אדער אין לאבי‪ ,‬טרעפט מען זיך פיל לייכטער רעדן‬ ‫איינער צום צווייטן אפילו מען האט זיך פאר דעם נישט געקענט‪ .‬נו ווער זענען עס‬ ‫די וואס ווערן גיך נאנט? נאר די שוואכע און בינונים‪ .‬עס דארף נישט געדויערן קיין‬ ‫לאנגע צייט‪ ,‬נישט מער ווי צוויי‪-‬דריי טעג‪ ,‬און די שוואכע זענען שוין א כנופיא פאר‬ ‫זיך‪ ,‬אין די צייט ווען די מצוינים שעמען זיך נאך ארויסצוקוקן פון זייער ד’ אמות‪.‬‬ ‫האפן אז די‬ ‫אזוי ארום אז אנדערש ווי א געווענליכע ישיבה וואס עס איז צום ָ‬ ‫מצוינים זאלן מיט די צייט באקומען דעם אויבערהאנט‪ ,‬איז עס אנדערש דא‪ ,‬ווען‬ ‫די בינונים‪ ,‬און נאך מער די שוואכערע באקומען בליץ שנעל דעם אויבערהאנט‪,‬‬ ‫און עס איז אפטמאל א פסידא דלא הדרא‪ .‬אין די צייט וואס די מצוינים הייבן אן‬ ‫זיך צו באקענען איינער מיטן צווייטן‪ ,‬האבן די שוואכע שוין לאנג באקומען דעם‬ ‫אויבערהאנט‪ ,‬און מען קען עס דערנאך שוין זייער שווער צוריקדרייען‪.‬‬ ‫אפגערעדט פון דעם פאקט אז ווען א בחור לערנט שוין פיר יאר אויפן זעלבן פלאץ‪,‬‬ ‫פילט ער זיך שוין גענוג באקוועם און רואיג‪ ,‬אז ער זאל וואגן צו טון אזאנס וואס‬ ‫א בחור אין ערשטן יארגאנג איז ניטאמאל מעלה על הדעת דאס צו טון‪ ,‬און דער‬ ‫געמיינזאמער געזעלשאפט קען ברענגן צו זייער נישט גוטע פאלגן‪ .‬דאס זיין צוזאמען‬ ‫אין איין ישיבה און בחברותא‪ ,‬שלעפט צו דעם יונגן בחור צו די געוואוינהייטן און‬ ‫געדאנקן גאנג פון דעם עלטערן בחור‪ ,‬און ווען עס איז די רעדע פון אן עלטערן בחור‬ ‫וואס איז שוואך‪ ,‬באדייט דאס אז ער שלעפט צו דעם יונגן בחור אויך צו זיין שוואך‪.‬‬ ‫וואלט אבער אין די ישיבה געהערשט דער גייסט פון די מצוינים‪ ,‬וואלט דער בחור‬ ‫אויך צוגעשלעפט געווארן צום ערליכן און גוטן גייסט‪.‬‬

‫מעלה ג’‬ ‫שפה אחד לכולם?‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫זל‬

‫ווידער א נקודה למחשבה‪ .‬עס פארשטייט יעדער איינער‪ ,‬עס איז אינו דומה די כחות‬ ‫וואס מען דארף אריינלייגן אין א בחור פון דרייצן יאר אלט‪ ,‬צו די כחות וואס מען‬ ‫דארף אריינלייגן אין א בחור וואס איז שוין זעכצן יאר אלט‪ .‬א בחור ווערט דאך כסדר‬ ‫מער ערוואקסן און מער רייפער‪ ,‬און מען דארף אלץ רעדן צו אים גאנץ אנדערש ווי‬ ‫וואס מען האט גערעדט צו אים פאראיאר און פאר צוויי יאר צוריק‪.‬‬ ‫עס איז באקאנט דאס משל פון דעם וואס האט צוויי שטעקנעס וואס איינס איז‬ ‫גרעסער פון צווייטן‪ ,‬און ער וויל אז ביידע זאלן זיין די זעלבע מאס‪ .‬וואס קען ער‬ ‫טון? ער קען אדער אויסציען דעם קורצען שטעקן אז עס זאל זיין אזוי לאנג ווי דאס‬ ‫גרויסע‪ ,‬דאס איז דאך אבער נישט מעגליך‪ ,‬דארף ער דעריבער אונטערהאקן דעם‬ ‫גרויסן אז עס זאל זיין אזוי קורץ ווי דאס קליינע‪ .‬גענוי דאס פאסירט ווען א מנהל‬ ‫דארף זיך אויפשטעלן רעדן צו א ישיבה וואס פארמאגט פיר יארגענג אויפאמאל‪...‬‬ ‫ער רעדט דעם זעלבן שפראך פאר בחורים צו וועמען מען דארף רעדן פיר סארט‬ ‫שפראכן‪ .‬איז אדער קען ער רעדן צו די עלטערע בחורים א שפראך וואס פאסט פאר‬ ‫יונגע בחורים פון דרייצן יאר‪ ,‬אדער קען רעדן צו די יונגע בחורים א שפראך וואס מען‬ ‫דארף נאר פאר עלטערע‪...‬‬ ‫אנדערש איז ווען עס איז דא דער געווענליכער סיסטעם‪ ,‬אז יונגערע בחורים האבן‬ ‫אן עקסטערע ישיבה‪ ,‬צוויי יארגענג העכער האבן אן אנדערע ישיבה‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬דארט‬ ‫איז דער קאנטראסט צווישן די תלמידים שוין אינגאנצן נישט אזוי ווייט‪ ,‬און דער‬ ‫מנהל קען טרעפן א געמיינזאמע שפראך פאר אלע תלמידים אויפאמאל‪.‬‬

‫מעלה ד’‬ ‫ארומטוישן איינגעשטעלטע‬ ‫ווידער א תועלת וואס קען ארויסקומען פון א געמיינזאמען סיסטעם איז‪ ,‬אז מען‬ ‫קען כסדר ארומבייטן מיט די איינגעשטעלטע‪ .‬לדוגמא‪ ,‬דער מנהל פון כתה ח’ אין‬ ‫חדר זעט‪ ,‬אז עס איז דא א מלמד וואס האט גאר גוטע קוואליפיקאציעס‪ .‬ער טויג‬ ‫נישט בלויז פאר כתה ח’‪ ,‬נאר אויך און אפילו נאך בעסער אלס מגיד שיעור פאר‬ ‫בחורים‪ .‬מאכט זיך אז אין די ישיבה קטנה זוכט מען פונקט א מגיד שיעור‪ ,‬האט‬ ‫מען מיט’ן צוזאמענארבעט פון אלע רוחניות’דיגע כחות‪ ,‬די מעגליכקייט צו נעמען‬ ‫דעם מלמד און אים מאכן א מגיד שיעור‪ .‬ווי פארשטענליך‪ ,‬אז דאס זעלבע איז אויך‬ ‫פארקערט‪ .‬אויב מאכט זיך אן איינגעשטעלטער וואס באזיצט צו א הויכע פאזיציע‪,‬‬ ‫קען מען בדרך כבוד אים בייטן‪ ,‬און אים שטעלן אויף זיין ריכטיגע פאזיציע‪.‬‬ ‫אנדערש איז ווען עס זענען דא פיר באזונדערע ישיבות‪ ,‬וואס קיינע פון זיי האבן‬ ‫נישט קיין דירעקטע שייכות איינס מיטן אנדערן‪ ,‬און אוודאי האט קיין איין ישיבה‬ ‫נישט קיין דירעקטן שייכות מיט די תלמוד תורה‪ ,‬וואס טוט מען אין א פאל וואס מען‬ ‫דערזעט זיך מיט א מרביץ תורה מיט א העכערע פאזיציע ווי זיינע מעגליכקייטן?‬ ‫מיר האבן אין דעם פאל שטארק מקצר געווען‪ ,‬ודי לחכימא ברמיזא‪ ,‬אז דאס‬ ‫חל‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫אלעס איז נישט בלויז השערות‪ ,‬וואס עס “קען זיין” אז עס איז אזוי‪ .‬דער פאקט‬ ‫איז‪ ,‬אז עס זענען דא פון ביידע סארט וואס מען וואלט רואיג געקענט מאכן דעם‬ ‫געוואונטשענעם טויש‪.‬‬

‫מעלה ה’‬ ‫קאנטראל אויף די בחורים‬ ‫עס פארשטייט יעדער איינער‪ ,‬אז כדי מצליח צו זיין אין חינוך‪ ,‬פעלט זיך אויס אז‬ ‫דער תלמיד זאל זיין א “מקבל” ער זאל פילן אז זיין מגיד שיעור איז גרעסער און‬ ‫העכער פון אים‪ ,‬ודברי תורה יורדים ממקום גבוה למקום נמוך‪ .‬ווען א בחור גייט אריין‬ ‫פון חדר אין ישיבה‪ ,‬און פון איין ישיבה צו די צווייטע‪ ,‬האט ער דעם נאטורליכער‬ ‫איבערצייג אז זיין מגיד שיעור שטייט העכער פון אים‪ ,‬און אים מוז ער פאלגן‪.‬‬ ‫אנדערש איז דער פאל ווען א בחור קומט אריין אין ישיבה גענצליך בא’גדול’ט ביי‬ ‫זיך‪ ,‬אז ער איז פון די מצוינים נאך וועמען די ישיבה האט זיך “געריסן” אז ער זאל‬ ‫אריינקומען דייקא אין די ישיבה‪ .‬האט ער א הכנעה פארן מגיד שיעור‪ ,‬צי האט ער‬ ‫דעם געפיל אז דער מגיד שיעור האט הכנעה פאר אים?‬ ‫און בכלל‪ ,‬דער איצטיגער סיסטעם גייט‪ ,‬אז נאכדעם וואס די מצוינים זענען שוין‬ ‫“אויסגעכאפט” הייבט מען זיך אן צו ווארפן מיט די אנדערע‪ .‬די תלמידים אליינס‬ ‫האבן דאך אויך זייער אגענדע‪ .‬דער וויל גיין דייקא דא‪ ,‬און דער נאר דא‪ .‬מאכט‬ ‫זיך אז איין ישיבה איז שוין צו איבערגעפולט‪ ,‬אדער מען דארף אנפולן א כתה פאר‬ ‫א נייע ישיבה‪ ,‬וואס טוט מען? מען הייבט אן זיך צו “בעטן” ביי די בחורים‪ ,‬פשוטו‬ ‫כמשמעו‪ ,‬דו גיי דא‪ ,‬עס וועט דיר זיין אזוי און אזוי גוט‪ .‬צוליב דעם זאגט מען אים צו‬ ‫גאלדענע בערג‪ ,‬וואס איז אינגאנצען נישט לפי רוחו פונעם חינוך וואס מען וויל און‬ ‫מען דארף געבן פאר די בחורים‪ ,‬אלעס נאר ווייל מען דארף אנפולן די “לעכער” אין‬ ‫אלע ישיבות‪.‬‬ ‫נו‪ ,‬וויפיל כח השפעה בלייבט שוין איבער פאר’ן מגיד שיעור? וואס קען ער נאך‬ ‫אויפטון ביי די בחורים אויב מען האט אים “מבטיח געווען” בכל לשון של הבטחה‪,‬‬ ‫אז ער וועט קענען טון וואס ער וויל?‬

‫מעלה ו’‬ ‫ווייניגער יאר אויף איין פלאץ‬ ‫לויטן איצטיגן סיסטעם איז דער סדר‪ ,‬אז יעדער בחור לערנט פיר יאר נאכאנאנד‬ ‫אין די זעלבע ישיבה‪ ,‬און ווי מיר האבן עס שוין פריער דערמאנט‪ ,‬איז ניטאמאל דא‬ ‫קיין מעגליכקייט פאר א בחור זייך איינצוטוישן צו א צווייטע ישיבה פון די תורה‬ ‫ישיבות‪ ,‬ווייל קיינער וויל דאך נישט ארייננעמען א בחור וואס איז ארויסגעפאלן פון‬ ‫ראם אין די ישיבה וואו ער האט געלערנט ביז דעמאלט‪ .‬אויב וויל מען טוישן צו אן‬ ‫אנדערע ישיבה האט מען איין ברירה‪ :‬צו גיין צו א פרעמדע ישיבה‪.‬‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫טל‬

‫וואס איז אבער אמאל זיכער‪ ,‬אז עס איז אין ערגעץ נישט דא אזא זאך‪ ,‬אז ישיבה‬ ‫קטנה בחורים זאלן פיר יאר נאכנאנד לערנט אין די זעלבע ישיבה‪ .‬א בחור איז א‬ ‫בחור‪ ,‬און מען קען דאס נישט טוישן‪ .‬ער דארף יעדע שטיק צייט האבן א פרישן‬ ‫התחדשות‪ ,‬און זיך טרעפן אין א נייעם בנין און אונטער א נייע סטעף‪ .‬נאך א צוויי‪-‬‬ ‫דריי יאר וואס ער געפונט זיך אין איין ישיבה‪ ,‬ווערט דאס פלאץ אים צוגעגעסן‪ ,‬ער‬ ‫איז שוין זאט צו הערן דעם מהלך הדרשות פון זיין מנהל וואס ער קען שוין כמעט‬ ‫אויסענווייניג‪( ,‬און אומאפיציעל מעג אויך געזאגט ווערן‪ :‬ער האט זיך שוין גענוג‬ ‫געקריגט מיטן קעכער‪ ,‬און גענוג מאל געהערט די וויצן אויפ’ן חשבון פון די מגידי‬ ‫שיעור‪ ).‬אזוי אז וואס א יאר שפעטער‪ ,‬אלץ ווייניגער ווערט די השפעה וואס דער‬ ‫רוחניות’דיגער סטעף האט אויף די בחורים‪.‬‬ ‫(ובדרך אגב‪ ,‬איז עס איז נישט בלויז פיר יאר נאכנאנד וואס דער בחור דארף‬ ‫הערן די זעלבע דרשות פון איין מנהל‪ ,‬ווייל דער איצטיגער סיסטעם אז מען כאפט‬ ‫בחורים‪ ,‬און יעדער מוז געבן פאר זיינע בחורים דעם געפיל אז ער קומט נישט אריין‬ ‫אין סתם א ישיבה‪ ,‬עס איז עפעס א ספעציעלע ישיבה‪ ,‬דאס האט צוגעברענגט א‬ ‫פרישן איינפיר‪ .‬ווען עס קומט שוין נאנט צו סוף זמן‪ ,‬בערך שוין דעמאלט ווען די‬ ‫קינדער קומען אהיים פון קעמפ‪ ,‬שוין דעמאלט רופן די ישיבות די קינדער וואס גייען‬ ‫לערנען ביי זיי‪ ,‬און מען האלט פאר זיי דרשות‪ .‬פארוואס? פארוואס האט ער נישט‬ ‫קיין צייט מיט עטליכע וואכן שפעטער‪ ,‬ווען דער נייער זמן וועט זיך אנהייבן? וואס‬ ‫ברענגט דאס‪ ,‬אויסער נאך מער הייבן דאס שטאלצקייט פון די בחורים‪ ,‬אז איך בין‬ ‫אויסגעקליבן געווארן צו לערנען אין די און די ישיבה?)‬ ‫נחזור לענינינו‪ ,‬איז טאקע נישט קיין סוד אז אלע הנהלות הישיבות‪ ,‬אפילו די וואס‬ ‫שטופן שטארק דעם וואגן פון דעם סיסטעם‪ ,‬און האלטן אז נאר דאס איז דער‬ ‫בעסטער וועג איז שייך‪ ,‬זענען אלע אבער אומצופרידן פון די פערטע כתה וואס מען‬ ‫האט אין די ישיבה‪ .‬און עס איז קיין וואונדער‪ .‬עס איז שוין דאס פערטע יאר וואס‬ ‫דער בחור גייט אין די זעלבע ישיבה‪ ,‬דער מנהל האט שוין אויף אים א גאנץ קנאפע‬ ‫השפעה‪.‬‬ ‫אפגערעדט פון דעם וואס מיר האבן שוין פריער ערווענט‪ ,‬אז א בחור וואס געפינט‬ ‫זיך פיר יאר אויפן זעלבן ארט‪ ,‬האט קיינמאל נישט די געלעגענהייט אנצוהייבן א‬ ‫פריש בלעטל‪ ,‬און ווערן א ברי’ חדשה‪ .‬נישט ער גייט אריבער פון איין מנהל צום‬ ‫צווייטן‪ ,‬און ער קען ניטאמאל אריבערגיין צו א צווייטע כתה‪ ,‬ווייל יעדע ישיבה האט‬ ‫דאך נאר די איינע כתה פאר זיין יארגאנג‪.‬‬

‫לסיום הענין‬ ‫נישט אזוי לייכט האבן מיר גענומען די פענע אין די האנט‪ ,‬אפצושרייבן די טרוקענע‬ ‫מ‬

‫אונזערע ישיבות‬

‫אבער העכסט ווייטאגליכע פאקטן‪ ,‬און והאמת‪ ,‬אז עוד הרבה נשאר בקולמוס‪ ,‬די‬ ‫טינט פון די פענע האט אסאך אסאך איבערגעלאזט אין זיך פון דעם ווייטאגליכן‬ ‫מצב‪ .‬דאס וואס מיר האבן ביז איצט געשריבן‪ ,‬איז בלויז וויפיל עס איז שוין‬ ‫איבערגערינען‪ ,‬און איז א ריכטיגער אפטייטש פון “כותב בדמע”‪ .‬די ווערטער זענען‬ ‫פיל מער געשריבן מיט טרערן און בלוט ווי מיט בלויזער טינט‪.‬‬ ‫מיר האבן ביז אהער פרובירט אראפצושטעלן א כלליות’דיג בילד איבער דעם‬ ‫ווייטאגליכן מצב‪ .‬עס איז יתכן אז בין השיטין זענען אריינגעפאלן פארשידענע‬ ‫אומפונקטליכקייטן‪ ,‬און מיר זענען אפילו גערישט אז די וואס מאיזה סיבה שהוא‬ ‫ווילן נישט איינזען דעם ריינעם אמת‪ ,‬וועלן זיך מעגליך ארויפכאפן אויף די איינצעלנע‬ ‫אומפונקטליכקייטן‪ ,‬און אפווענדען דערמיט אונזערע ווערטער‪ .‬מיר בעטן אבער‬ ‫זייער‪“ ,‬זייט אויפריכטיג” און קוקט אויפ’ן כלליות’דיג בילד‪ .‬באציט זיך אויך צו די‬ ‫הויפט פרינציפן‪ ,‬און זייט אליינס מודה אויב עס נישט דא קיין אמת דערין‪ ,‬וקבל את‬ ‫האמת ממי שאמרו‪.‬‬ ‫ומעין הפתיחה זענען מיר מסיים‪ .‬מיר זענען מודים על האמת‪ .‬מיר פארמאגן‬ ‫“נישט” קיין דעת תורה‪ ,‬און מיר זענען נישט דא ווער עס קען אפמאכן וואס עס איז‬ ‫גוט פארן תכלית פון די בחורים‪ .‬עס קען לייכט מעגליך זיין אז מיר האבן זיך טועה‬ ‫געווען‪ .‬וואס עס איז אבער יא זיכער‪ ,‬אז עס פעלט זיך אויס דערצו א דעת תורה‪.‬‬ ‫אנומעלט איז אונז אונטערגעקומען אן אפגעדרוקטע דרשה פון רביה”ק זי”ע וואס‬ ‫ער האט געזאגט כ”א כסלו תשי”ז‪ .‬זאגט דארט דער רבי צווישן אנדערן מיט א פלאם‬ ‫פייער‪ ,‬ובל”ק‪“ :‬קיינער האט נישט קיין רשות שופך צו זיין דמם של ישראל אן א‬ ‫דעת תורה‪ ,‬אן א דעת אמת”‪ .‬עס איז דא די רעדע פון “שופך זיין דמם של ישראל”‬ ‫במלא מובן המלה! עס איז “דמו ודם זרעותיו תלוים בו” מיט לייכטזיניגקייט קען מען‬ ‫אוועק’הרג’נען גאנצע דורות! ווי יעדער פארשטייט אליינס‪ ,‬און אויב האלט איינער‬ ‫אז נאך דעם אלעם דארף מען אזוי טון‪ ,‬דארף מען האבן א “דעת תורה” און א “דעת‬ ‫אמת”‪.‬‬ ‫אוודאי איז קיין שום סיסטעם נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן‪ .‬עס זענען‬ ‫אבער דא סיסטעמען וואס פארן רבים איז דאס בעסער און פארן יחיד נישט אזוי‬ ‫גוט‪ ,‬און עס זענען דא פארקערט‪ .‬און פאר דעם דארף מען א דעת תורה‪ ,‬איינער וואס‬ ‫פארשטייט גוט דעם ענין‪ ,‬וואס ער אדער זיי זאלן אפמאכן‪ ,‬מה לרחק ומה לקרב‪,‬‬ ‫אויף וואס און אויף וועמען דארף מען ענדערש קוקן אויפן חשבון פון אן אנדערן‪.‬‬ ‫אדרבה‪ ,‬אויב האלט מען אז מען האט נאך דעם ענין נישט גענוג קלאר אויסגעשמועסט‪,‬‬ ‫און מען דארף נאך הערן אין דעם ענין א דעת תורה‪ ,‬זאל מען פאררופען א גרויסע‬ ‫אסיפה‪ .‬עס זאלן זיך צונויפנעמען “אלע” מנחכים פון אלע ישיבות‪ ,‬צוזאמען מיט‬ ‫די הנהלה רוחני פון די תלמוד תורה‪ .‬עס זאל דערביי אנוועזענד זיין א מורה הוראה‬ ‫מובהק מיט א פארלעסליכן דעת תורה‪ ,‬און מיט א ברייטן בליק אויף עניני חינוך‪ ,‬און‬ ‫מען זאל דורכשמועסן אלע אלע פראבלעמען וואס דער סיסטעם ברענגט מיט זיך‪.‬‬ ‫אונזערע ישיבות‬

‫אמ‬

‫מען זאל פונקטליך דערציילן ווי אזוי עס ארבעט דער סיסטעם פון אננעמען בחורים‪,‬‬ ‫און וואס עס זענען די סיבות פאר וועלכע מען האט זיך ביז היינט ערלויבט זיך צו‬ ‫ווארפן מיט די בחורים‪ .‬מען זאל אנפרעגן א דעת תורה אמיתית וואס גענוי עס איז‬ ‫ערלויבט‪ ,‬און וואס נישט‪.‬‬ ‫דערנאך זאל מען גענוי פארלייגן אלע דעטאלן פאר כ”ק מרן רבינו שליט”א‪ ,‬און‬ ‫אנפרעגן חות דעת קדשו אויף יעדן ענין באזונדער‪.‬‬ ‫אויב וועט דעת קדשו פון רבי’ן שליט”א זיין אז דער איצטיגער סיסטעם איז יא‬ ‫אויסגעהאלטן‪ ,‬הייבן מיר אויף די הענט‪ .‬מיר זענען צו קליין אריינצורעדן אין‬ ‫אזעלכע האקעלע נושאים אויף וואס גדולי המורים והמחנכים זאגן אז עס איז גוט‬ ‫און אויסגעהאלטן‪.‬‬ ‫דערווייל אבער האט דאס ‪ -‬ליידער ‪ -‬נאך נישט פאסירט! מ’האט זיך‬ ‫דערווייל נאך קיינמאל נישט צוזאמגעזעצט אויסצולייגן די גענויע‬ ‫דעטאלן ארום איין רינדיכיגן טיש‪ ,‬און ווילאנג “דאס” וועט נישט פאסירן‪,‬‬ ‫וועלן מיר בעזהשי”ת שטורמען און האמערן‪ ,‬אז מען זאל אונזער בלוט‬ ‫און פלייש נישט מפקיר זיין צוליב סיי וועלכע ענגע אינטרעסן‪.‬‬ ‫מיר פארשטייען אליינס אז עס האלט נאך ווייט פון א תיקון‪ ,‬אבער מיר‬ ‫האפן אז די שורות וועט עטוואס מעורר זיין דעם דעת הציבור‪ ,‬און עפעס‬ ‫וועט געטון ווערן צו ראטעווען דעם מצב פון אונזער עתיד‪ ,‬אונזערע‬ ‫טייערע קינדער וועלכע זענען ליידער נתונים למרמס ולבזיון על לא עול‬ ‫בכפם‪.‬‬ ‫וה’ יעזרינו על דבר כבוד שמו יתברך‪ ,‬אבינו מלכינו חמול עלינו ועל עוללינו‬ ‫וטפינו‪ ,‬עס איז דאך אזוי אויך גענוג שווער אין היינטיגע צייטן מחנך צו‬ ‫זיין די צעירי הצאן‪ ,‬און נאר אויב מיר וועלן טון דאס בעסטע וואס איז‬ ‫שייך פאר “זייער” תכלית‪ ,‬קענען מיר האפן מצליח צו זיין מגדל צו זיין‬ ‫נטעי צאן קדשים‪ ,‬פירות מתוקים לשם ולתפארת‪.‬‬ ‫זאל השי”ת העלפן מיר זאלן האבן ברכה והצלחה בכל מעשי ידינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫החותמים בדמע ובצער‬

‫ועד ההורים‬ ‫(נ”ב‪ :‬ערשט האבן מיר ניטאמאל בארירט די פראבלעמען וואס געוויסע‬ ‫אינדיווידועלע ישיבות האבן‪ ,‬א זאך צו וואס עס וואלט זיך מעגליך‬ ‫יא געפאדערט א שטיקל אפהאנדלונג‪ .‬אבער ווי געזאגט‪ ,‬האבן מיר‬ ‫דא זיך געהאלטן צו א גלייכע ליניע פון די אלגעמיינע פראבלעמען‬ ‫וואס דער איצטיגער סיסטעם האט‪ ,‬ועוד חזון למועד ביי אנדערע‬ ‫געלעגענהייט אי”ה)‪.‬‬ ‫במ‬

‫אונזערע ישיבות‬

Related Documents


More Documents from ""