Mikva Tahara Of Cong Yetev Lev Dsatmar

  • Uploaded by: Divrai Yoel
  • 0
  • 0
  • May 2020
  • PDF

This document was uploaded by user and they confirmed that they have the permission to share it. If you are author or own the copyright of this book, please report to us by using this DMCA report form. Report DMCA


Overview

Download & View Mikva Tahara Of Cong Yetev Lev Dsatmar as PDF for free.

More details

  • Words: 8,065
  • Pages: 32
‫ב"ה‬

‫מקוה‬ ‫ישראל‬ ‫ה'‬

‫קהל יטב לב‬ ‫ד'סאטמאר‬ ‫בנשיאות כ"ק מרן‬ ‫אדמו"ר שליט"א‬ ‫וויליאמסבורג‪,‬‬ ‫ברוקלין ניו יארק‬ ‫יצ"ו‬

‫ושאבתם‬ ‫מים‬ ‫בששון‬ ‫ממעיני‬ ‫הישועה‬

‫אריינפיר‬

‫ב‬

‫שיר ושבח לה' טוען מיר פרעזענטירן דעם‬ ‫פאלגענדן בראשור‪ ,‬וואו איר וועט קענען זען‬ ‫דעם אויסשטעל פון די "מקוה טהרה" וואס‬ ‫ווערט געבויעט דורך קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג‪ ,‬און‬ ‫גלייכצייטיג זיך קענען אויסוועלן איינס פון די געוואלדיגע‬ ‫זכותים אדירים אפצוקויפן פון דעם "מעיין הישועות"‪ ,‬שפע‬ ‫ברכה והצלחה‪ ,‬ישועות‪ ,‬רפואות‪ ,‬השפעות טובות‪ ,‬בני‪ ,‬חיי‪,‬‬ ‫מזוני וכל טוב סלה דורך די סגולות פון א מקוה‪.‬‬ ‫באלד נאכדעם וואס קהל עדתינו האט בהסכמת כ"ק מרן‬ ‫רבינו הגה"ק שליט"א מכתיר געווען דעם איש על העדה‬ ‫הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א‪ ,‬האט דער רב שליט"א זיך‬ ‫אריינגעלייגט בעובי הקורה צו נעמען אויף זיך דעם עול פון‬ ‫אויפבויען און אהערשטעלן די מקוה טהרה פאר די קהלה‬ ‫קדושה און תושבי וויליאמסבורג‪ .‬ווי באקאנט פון הייליגן‬ ‫בעש"ט הק' זי"ע (ווערט געברענגט אין ספה"ק בעש"ט‬ ‫עה"ת פר' יתרו) אויפן פסוק אין חבקוק (ג‪ ,‬יב) בזעם תצעד‬ ‫ארץ‪ ,‬אז דער עיקר תפקיד פון א מנהיג בישראל אין א עדה‬ ‫קדושה זענען די דריי זאכן‪ ,‬ז'ביחה ע'ירובין מ'קוה‪ ,‬מדקדק‬ ‫צו זיין אז די שחיטה‪ ,‬עירובין און טהרת המקוה זאלן זיין‬ ‫בתכלית השלימות‪ ,‬און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו די‬ ‫גאולה השלימה בקרוב‪.‬‬ ‫נאך לאנגע חדשים פון שווערע האראוואניע און‬ ‫אינטענסיווע זוכונגען‪ ,‬איז בעזרת ה' געלונגען אפצוקויפן‬ ‫א גאר גרויסן שטח‪ ,‬וואו עס ווערט אין די טעג געבויעט‬ ‫די "מקוה טהרה" דקהלתינו הק'‪ ,‬וואס וועט פארנוצט ווערן‬ ‫לטהרתן של ישראל‪.‬‬

‫‪2‬‬

‫עס איז געווארן אריינגעלייגט ספעציעלע ארבעט און כוחות אהערצושטעלן‬ ‫אז די פלענער פון די מקוה זאלן זיין דאס בעסטע געפאסט פאר אונזער‬ ‫ציבור‪ .‬דאס פלאץ‪ ,‬דער אויסשטעל‪ ,‬די איינריכטונגען‪ ,‬אלעס זאל זיין געאייגנט‬ ‫פאר די באקוועמליכקייט פון די באנוצער‪ ,‬און יעצט האלטן מיר ב"ה ביי די‬ ‫ערשטע פאזעס פון אנהייבן די בוי ארבעט בשעה טובה ומוצלחת‪.‬‬ ‫מיר האפן אז ווען די מקוה טהרה וועט זיין פארענדיגט וועט דאס דינען‬ ‫אלס "די מקוה" מיט'ן ה"א הידיעה אין די גאנצע שטאט‪ ,‬און זיכער וועלן די‬ ‫מנדבים בעם וועלכע זענען מנדב פאר די מקוה געניסן פון די לאנגיעריגע‬ ‫זכותים אדירים בהעמדת דורות ישרים ומבורכים‪ ,‬און דער זכות וועט זיי‬ ‫באגלייטן לעולם ועד בזה ובבא‪.‬‬ ‫מיט עהרע‬ ‫וועד קרן הבנין‬

‫כמה מעלות טובות‪:‬‬ ‫* די מקוה וועט דינען די גאנצע שטאט‪,‬‬ ‫שטייענדיג ביים גרעניץ פון וויליאמסבורג‬ ‫און ניי‪-‬וויליאמסבורג‪.‬‬

‫* דער אויסשטעל פון די גאנצע מקוה‬ ‫ווערט דעזיינט אויפן שענסטן און‬ ‫באקוועמסטן פארנעם‪.‬‬

‫* די מקוה וועט שטיין אונטער די עינא‬ ‫פקיחא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א והגה"צ‬ ‫אבד"ק ור"מ שליט"א‪.‬‬

‫* אין די מקוה ווערן געבויט ‪ 91‬צימערן‪,‬‬ ‫און באזונדערע ‪ 10‬גרעסערע צימערן‬ ‫פאר כלות‪.‬‬

‫* די גאנצע מקוה ווערט געבויעט מיט‬ ‫די גרעסטע מאס הידורים און חומרות לפי‬ ‫הוראות רביה"ק זי"ע‪.‬‬

‫* די מקוה וועט פיל דערלייכטערן דעם‬ ‫געדרענג און פארנוצט ווערן מיט די‬ ‫גרעסטע מאס פרייוועסי‪.‬‬

‫‪3‬‬

4

‫מקוה‬ ‫ישראל‬ ‫מושיעו‬ ‫בעת‬ ‫צרה‬ ‫(ירמי' יד ח)‬

‫זכות בור טבילה‬

‫‪$180,000‬‬

‫קוואל פון ישועות‪ ,‬רפואות‪ ,‬הצלחה‪,‬‬ ‫פרנסה‪ ,‬נחת‪ ,‬וכל טוב סלה‬

‫‪5‬‬

‫דער בנין אנטהאלט‪:‬‬ ‫• ‪ 58‬שיינע צימערן‬ ‫• ‪ 10‬שאוער צימערן‬ ‫• ‪ 5‬כלה צימערן‬ ‫‪6‬‬

‫"אראפנעמען דעם‬ ‫פרוכת פון‬ ‫ארון הקודש"‪...‬‬ ‫א מקוה איז דאס הייליגסטע וואס איז שייך ביי אידן‪ ,‬און ישראל קדושים‬ ‫הם‪ ,‬זוכט מען שטענדיג צו מאכן די מערסטע הידורים וואס איז נאר שייך‪,‬‬ ‫אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות און חומרות‪ ,‬און אויך אין‬ ‫גשמיות'דיגן טייל זארגט מען אז ס'זאל זיין צוגעשטעלט מיט די מערסטע‬ ‫און בעסטע באקוועמליכקייטן‪.‬‬ ‫עס ווערט פארציילט א מורא'דיגע מעשה פונעם מהר"ם א"ש זצוק"ל‪ ,‬אז‬ ‫ער איז אמאל געווען אין א שטאט וואו מ'האט נישט געענדיגט די מקוה‪ ,‬ווייל‬ ‫ס'איז נישט געווען גענוג געלט אויסצופלאסטערן דעם וועג צו די מקוה‪.‬‬ ‫האט דער מהר"ם א"ש גערופן די קהלה לייט און זיי געזאגט‪" :‬אויב‬ ‫מ'ענדיגט נישט די מקוה‪ ,‬וועל איך אראפנעמען דעם פרוכת פונעם ארון‬ ‫הקודש‪ ,‬און עס אראפלייגן ווי א טעפיך אויף דער ערד"!‬

‫זכות החדר‬

‫‪$50,000‬‬

‫אייביגער זכות אין העמדת דורות‬ ‫ישרים ומבורכים‬

‫‪7‬‬

8

‫א פראכטפולע‬ ‫שטוב אין די‬ ‫מקוה‪ ,‬איינגערישט‬ ‫מיט אלע‬ ‫באקוועמליכקייטן‬ ‫מיט א אויג‪-‬‬ ‫פארכאפנדע‬ ‫שיינקייט‬

‫‪9‬‬

‫צייכענוגנ פונעם ערשטן שטאק‪ ,‬מיט די‬ ‫צענדליגער שטובער און בורות טבילה‬ ‫‪10‬‬

‫אוועקגעגעבן‬ ‫עולם הבא פאר א מקוה‬ ‫אין ספר מעין גנים ווערט דערציילט (בשם ספר מפעלות צדיקים) אז דער הייליגער מאור‬ ‫עינים זי"ע איז אמאל אדורכגעפארן א שטאט‪ ,‬און ער האט געהערט אז ס'איז נישטא דארט‬ ‫קיין מקוה‪ .‬ווען ער האט געפרעגט די שטאט מענטשן דערוועגן‪ ,‬האבן זיי געזאגט אז די שטאט‬ ‫געפינט זיך אויף א בארג‪ ,‬און ס'איז זייער שווער דארט צו גראבן א מקוה‪.‬‬ ‫האט דער מאור עינים געפרעגט‪ :‬איז דא עמיצער וואס האט געלט‪ ,‬צו קענען באצאלן צו בויען‬ ‫א מקוה? האבן די שטאט מענטשן אנגעוויזן אויף א געוויסן עושר‪ .‬האט זיך דער מאור עינים‬ ‫געוואנדן צום עושר און אים געפרעגט צי פאר'ן פרייז פון זיין (דעם מאור עינים'ס) גאנצן חלק‬ ‫לעולם הבא‪ ,‬איז ער גרייט צו בויען א מקוה? יענער האט גלייך גערן מסכים געווען‪.‬‬ ‫דער מאור עינים האט נישט געטראכט קיין מינוט‪ ,‬ער האט גלייך אונטערגעשריבן א שטר‬ ‫כתוב וחתום‪ ,‬אז ער גיט אים אוועק זיין גאנצע חלק לעוה"ב‪ ,‬און יענער האט טאקע אויסגעצאלט‬ ‫די קאסטן פון בויען די מקוה‪.‬‬ ‫די מעשה איז א געוואלדיגע מוסר השכל איבער דעם חשיבות און וויכטיגקייט פון בויען א מקוה‬ ‫לטהרתן של ישראל‪ ,‬און וואס צדיקים וקדושי עליון זצוק"ל האבן געהאט מסירות נפש דערוועגן‪.‬‬

‫דער בנין המקוה אנטהאלט‬ ‫• ‬ ‫• ‬ ‫• ‬ ‫• ‬ ‫• ‬ ‫• ‬ ‫• ‬ ‫• ‬

‫‪ 58‬שיינע צימערן‬ ‫‪ 10‬שאוער צימערן‬ ‫באזונדערע כלה שטיבער‬ ‫באזונדערע הענדיקעפד שטיבער‬ ‫פריוואטע ווארט‪-‬צימערן לויט'ן געברויך‬ ‫עקסטערע אריינגאנג און ארויסגאנג‬ ‫סאפיסטיקירטע קאמפיוטער סיסטעם אז מ'זאל דארפן וואס ווייניגער ווארטן‬ ‫נאך פארשידענע מעלות‪ ,‬אז ס'זאל זיין דאס בעסטע ברוחניות ובגשמיות‪.‬‬ ‫‪11‬‬

‫צייכענוגנ פונעם צווייטן שטאק‬ ‫‪12‬‬

‫צייכענוגנ פונעם דאך‬ ‫‪13‬‬

‫א "מקוה טהרה" אין‬ ‫דער אלטער היים‬

‫"רב לעבן‪ ,‬איר‬ ‫זענט‬ ‫'איינגעטינקען' אין‬ ‫די מקוה"‪...‬‬

‫אין דער אלטער היים‪ ,‬אין יעדן אידישן מושב בכל עבר‬ ‫ופינה אויף די וועלט‪ ,‬איז די ערשטע זאך געווען א מקוה‪ .‬עס‬ ‫איז געווען א זעלבסט פארשטענדליכע זאך אז עס איז קיין‬ ‫נישט מציאות אז ס'זאל קענען עקזעסטירן א אידישער ישוב‬ ‫אין א פלאץ וואו ס'איז נישטא קיין כשר'ע מהודר'דיגע מקוה‬ ‫טהרה‪ .‬דאס איז דער יסוד בקדושתן של ישראל‪.‬‬ ‫אין אלגעמיין איז דער מקוה געווען ווי א 'מעסטל'‪ ,‬יעדעס‬ ‫ישוב‪ ,‬יעדע איינציגע אידישע קהלה‪ ,‬האט געקענט געמאסטן‬ ‫ווערן איר מעמד ברוחניות דורך די מקוה‪ ,‬אויב האט די קהלה‬ ‫געהאט צוגעשטעלט א מקוה מהודרת לויט אלע חומרות‬ ‫איז דאס געווען א סימן מובהק אז די קהלה איז א ערליכע‬ ‫און אפגעהיטענע‪ ,‬און אירע מיטגלידער זענען מדקדקים‬ ‫במצוות ומתנהגים ע"ד התורה והמצוות‪ ,‬אויב אבער האט‬ ‫זיך אנגעזעהן שוואכקייטן בנוגע די מקוה; עס זענען געווען‬ ‫מכשולות וועלכע זענען נישט תיכף פארראכטן געווארן‪,‬‬ ‫אדער ס'איז בכלל נישט געווען ווער ס'זאל זיך אפגעבן אז די‬ ‫מקוה זאל זיין אויסגעהאלטן‪ ,‬איז געווען א ריכטיגער סימן אז‬ ‫די שטאט איז ווייט נישט אין ארדענונג‪.‬‬ ‫אין יעדן מושב‪ ,‬דארף‪ ,‬שטאט‪ ,‬איז דער ערשטער תפקיד‬ ‫פון די קהלה געווען צו פארזיכערן אז די מקוה איז אינעם‬ ‫בעסטן צושטאנד ברוחניות ובגשמיות‪ .‬די ספרי הפוסקים פון‬ ‫אלע דורות זענען פול מיט שאלות און בירורים איבער די‬ ‫פארשידענע שאלות וואס האט זיך געמאכט בהמשך הימים‬ ‫אין די מקואות‪ ,‬זה בכה וזה בכה האבן די גדולי ישראל זי"ע‬ ‫אנגעוואנדן אלע מיטלען אז אין יעדע אידישע שטאט זאל‬ ‫די מקוה געפירט ווערן בתכלית השלימות‪ ,‬להעמיד דורות‬ ‫ישרים ומבורכים זרע ברך ה' בדרך התורה והטהרה‪.‬‬ ‫הלכות מקואות בכלל איז באקאנט אלס א טיפע און‬ ‫שווערע מקצוע‪ ,‬אנגעהויבן פון די מקורות בדברי חז"ל און די‬ ‫לענגערע סימנים אין שו"ע‪ ,‬יעדער מורה הוראה ווייסט פון די‬ ‫פארשידענע שיטות און חומרות וואס גדולי הפוסקים האבן‬ ‫אלס אריינגעלייגט בהלכות מקוואות‪ ,‬באזונדער איז באקאנט‬ ‫די חומרות פון מרן הדברי חיים זי"ע וואס ער האט געהאט‬ ‫שטארקע חומרות ווי אזוי א כשר'ע מקוה ברויך אויסזען‪.‬‬

‫אין יענע תקופה פלעגט הגאון הצדיק‬ ‫חכימא דיהודאי רבי מיכאל בער ווייסמאנדל‬ ‫זצוק"ל מייסד וראש ישיבת נייטרא קומען‬ ‫זייער פיל צום רבי'ן אדורכשמועסן דברים‬ ‫העומדים על הפרק‪ ,‬ענינים וואס זענען נוגע‬ ‫געווען צום כלל‪ ,‬אויפצובויען אידישקייט‬ ‫אין אמעריקא‪.‬‬ ‫אין איינע פון די שמועסן‪ ,‬האט דער רבי‬ ‫א לאנגע צייט גאר שטארק משבח געווען‬ ‫דעם געבוי פון די מקוה‪ .‬דאן איז דער‬ ‫שמועס אריבער צו אנדערע ענינים‪.‬‬ ‫אינמיטן דעם שמועס האט דער רבי זיך‬ ‫פארטראכט אויף א וויילע‪ ,‬און ער רופט‬ ‫זיך אן צו רבי מיכאל בער ז"ל‪" ,‬אבער‬ ‫וואס זאגט איר צו די מקוה? ס'האט זיך‬ ‫נישט געגלייבט אז מ'וועט דאס קענען‬ ‫אויפשטעלן דא אין אמעריקא"‪.‬‬ ‫רבי מיכאל בער ז"ל האט ווייטער‬ ‫געצויגן דעם שמועס בשיחות תלמידי‬ ‫חכמים‪ ,‬אבער עטליכע מינוט שפעטער‬ ‫האט זיך אפגעשפילט דאס זעלבע‪ .‬דער‬ ‫רבי פארטראכט זיך און רופט זיך אן מיט‬ ‫א צהלת פנים‪" ,‬זאגט‪ ,‬איר באגרייפט וואס‬ ‫מ'האט דא געטוהן? מ'האט געמאכט‬ ‫אין אמעריקא אזאנס וואס כ'וואלט זיך‬ ‫קיינמאל נישט געראכטן‪ ,‬מיט א כשר'ע‬ ‫מקוה"‪.‬‬ ‫דא האט רבי מיכאל בער ז"ל גענומען‬ ‫דעם דרייסט און געזאגט פארן רבי'ן‪" :‬רב‬ ‫לעבן‪ ,‬איר זענט ממש 'איינגעטינקען' אין די‬ ‫מקוה‪ .‬ס'איז דא נאך ענינים צו ערלעדיגן"‪.‬‬ ‫דער רבי זי"ע האט זיך צושמייכלט‪ ,‬און‬ ‫בצחות לשונו געענטפערט‪" :‬איר האט‬ ‫רעכט‪ ,‬איך בין טאקע 'איינגעטינקען'‬ ‫דערין‪ ,‬און טאקע נאר אזוי האב איך דאס‬ ‫אהערגעשטעלט"‪.‬‬

‫מקואות אין‬ ‫אמעריקא‬ ‫בימים מקדם האט אין אמעריקא געהערשט א געוואלדיגע‬ ‫‪14‬‬

‫נאכגעלאזנקייט אין ענין פון טהרת המקוה‪ .‬די וועלכע זענען געקומען אהער‬ ‫בעפאר די צווייטע וועלט קריג זענען ליידער שנעל געווארן אויסגעמישט‬ ‫מיט לעבנסשטייגער דא אין אמעריקא‪ ,‬און דאס הפקירות אין אלע ענינים‬ ‫האט געבוזשעוועט און פארלענדט כל חלקה טובה‪.‬‬ ‫צווישן די גרויסע חסרונות אין אידישקייט מיט וואס אמעריקע האט‬ ‫גע'שמ'ט‪ ,‬איז געווען דער מצב מיט די מקוואות‪ .‬עס איז זעלטן געווען צו‬ ‫טרעפן אין אמעריקע א מקוה מהודרת ווי עס געהער צו זיין‪ ,‬אזוי אז ווען‬ ‫דער היימישער ציבור‪ ,‬אונזערע עלטערן און זיידעס‪ ,‬האט אנגעהויבן צו‬ ‫שטראמען אהער נאכן חורבן אין אייראפא‪ ,‬האט זיך אנגעזעען א גרויס‬ ‫נחיצות אויפצושטעלן א מהודר'דיגע מקוה אין אלע היימישע געגנטער וואו‬ ‫אידן האבן זיך באזעצט‪.‬‬ ‫עס איז גענוג מעתיק צו זיין די הייליגע ווערטער וואס רבינו הק' בעל דברי‬ ‫יואל זי"ע האט געזאגט ביי די "אסיפה כללית" ביום א' פר' עקב שנת תש"י‬ ‫אין זיין קליין ביהמ"ד אויף ‪ 500‬בעדפארד עוו‪ .‬איבער דעם נחיצות פון מייסד‬ ‫זיין די מוסדות הק'‪ ,‬וואס איז דאן געווען עומד על הפרק‪ ,‬ובתוך דבריו האט‬ ‫דער רבי זי"ע געזאגט וזל"ק‪:‬‬ ‫"בעוה"ר אנו רואין זאת במדינה זו באמעריקא‪ ,‬שבאו לכאן במרוצת‬ ‫השנים הרבה אנשים טובים וישרים שומרי תורה ומקיימי מצוות‪ ,‬אבל‬ ‫במשך הזמן נמשכו אחרי ההמון‪ ,‬ובעוה"ר אנו רואים מה עלתה בידם‪,‬‬ ‫שהלכו מדחי אל דחי‪ ,‬ולא הצליחו להעמיד דורות כשרים ונאמנים‪.‬‬ ‫"כמה כואב הלב אם מתבוננים על דבר המצב הרוחני הירוד והשפל‬ ‫פה במדינת אמעריקא‪ .‬הלא באו לכאן הרבה אנשים יראים ושלמים‬ ‫מכמה מדינות‪ .‬תלמידי חכמים ומדקדקים במצוות‪ .‬האבות היו עוד‬ ‫שומרי תורה ולומדי תורה‪ .‬ופוק חזי מה עלתה להם‪ .‬מה נעשה עם‬ ‫בניהם וצאצאיהם‪ .‬איפוא הם הצאצאים והדורות של היהודים החרדים‬ ‫הנ"ל‪ .‬הלא כמעט רובם נמחקו כליל‪ ,‬נאבדו מעם ישראל והתבוללו בתוך‬ ‫הסביבה‪ .‬רובם כמעט ספו תמו ויאבדו מתוך קהל עדת ישראל‪ .‬פחד‬ ‫ורעד תאחז את כולנו בראותינו מה נעשה עם היהודים ההם שבאו הנה‪.‬‬ ‫ומורא עולה על ראשינו כאשר אנו נמצאים במדינה קשה זו‪ ,‬ארץ אוכלת‬ ‫יושביה‪ ,‬ואנו צריכים לטכס עצות שלא נאבד ח"ו‪ ,‬ושנוכל להתגבר על‬ ‫כל הנסיונות הקדשים ופגעי הזמן בעזרת הבורא ית'‪.‬‬ ‫"והסיבה להירידה הנוראה הזאת היא בגלל שלא שמו ראשם ורובם‬ ‫לדאוג לחנוך של בניהם וצאצאיהם‪ ,‬גם לא דאגו לטהרת וקדושת ישראל‬ ‫ככל הצורך‪ ,‬להקים מקוואות כשרות בתכלית הכשרות‪ ,‬שזהו יסוד‬ ‫טהרתן וקדושתן של ישראל‪ ,‬ולכן לא הצליחו לגדל בני תורה ושומרי‬ ‫מצוות בשלימות"‪.‬‬ ‫אזוי שרייבט אויך רבינו הק' זי"ע אין א תשובה פאר הגה"צ העלמעצער רב‬ ‫זצ"ל‪( ,‬שו"ת דברי יואל סי' נ"ט אות ז')‪ ,‬וזל"ק‪:‬‬ ‫ובאמת שמה שלא השתדלו המנהיגים במדינה [זו] בעניני המקוואות‪,‬‬ ‫זה אחד מן היסודות העקריים שהיא לירידה נוראה כ"כ‪ ,‬כי יען שהמה‬ ‫בני הנדה ר"ל‪ ,‬טומאה גוררת טומאה‪ ,‬והרבה מזרעם המובאים לישיבות‬ ‫ומלמדין אותם תורה‪ ,‬וצריך לחוס על נפשם לשומרם שלא יהיו בני הנדה‪,‬‬

‫‪15‬‬

‫אף הקב"ה‬ ‫מטהר את‬ ‫ישראל‬ ‫כלל ישראל ווערט אנגערופן‬ ‫אן עם קדוש‪ .‬קדושים תהיו‪.‬‬ ‫כי עם קדוש אתה לה'‪ .‬אבער‬ ‫דער מעסטל אין וואס ס'איז‬ ‫אנגעוואנדן די טהרה פון די‬ ‫שטאט‪ ,‬איז די מקוה אין די‬ ‫שטאט‪ .‬דער גאנצער מושג‬ ‫פון קדושה וטהרה‪ ,‬וואס‬ ‫פארזיכערט דעם המשך‬ ‫הדורות בטהרה איז בלויז דורך‬ ‫די טהרת המקוה‪.‬‬

‫והי' אפשרות לקרב הרבה מזרעם לתורה ולקדושה‪ ,‬אבל‬ ‫הולדה בטהרה נחוץ מאוד לזה‪.‬‬

‫תש"ז‪ :‬רביה"ק זי"ע קומט‬ ‫קיין אמעריקא‬ ‫אין חודש תשרי תש"ז לפ"ק איז רבינו הק' זי"ע אנגעקומען‬ ‫קיין אמעריקע‪ ,‬דער רבי זי"ע זעלבסט איז געווען צוקלאפט‬ ‫און צובראכן‪ ,‬עלנד און איינזאם‪ ,‬אן זיינע חסידים און תלמידים‪.‬‬ ‫דער מסבב כל הסיבות פירט צו אז דער רבי מוז דא‬ ‫פארבלייבן‪ ,‬און באלד דערזעט דער רבי דעם עול וואס פאלט‬ ‫ארויף אויף זיינע פלייצעס איבער דעם פליכט אויפצושטעלן‬ ‫דאס אידישקייט אין אמעריקע‪.‬‬ ‫דער גאנצער עול פון 'אויפשטעלן אידישקייט אין‬ ‫אמעריקע' איז געליגן אויפן רבי'נס פלייצעס‪ ,‬צוצושטעלן די‬ ‫פארהארטעוועטע אמעריקע‪ ,‬דער מקור הזוהמה והטומאה‬ ‫וואס אין דער אלטער היים האט מען געציטערט בלויז פאר‬ ‫דעם נאמען‪ ,‬אז זי זאל זיין ראוי צו זיין די לעצטע סטאנציע‬ ‫פאר אידישע קינדער אין גלות‪ ,‬איבערצופלאנצן ארגינעלע‬ ‫אידישקייט אז זאל נאך קענען עושה פירות זיין מיט ערליכע‬ ‫דורות‪.‬‬ ‫דער רבי זי"ע האט זיך באזעצט אין וויליאמסבורג‪ ,‬און‬ ‫אנגעהויבן זיין ברייט פארצווייגטע עבודת הקודש וואס אירע‬ ‫ליכטיגע שטראלן האט געווארפן אירע שאטנס לארץ ולדרים‪.‬‬ ‫דער רבי האט דא אנגעהויבן אויפצושטעלן א אייגענע קהלה‪,‬‬ ‫מוסדות הקדושים‪ ,‬און זיינע טעטיגקייטן האט זיך צושפרייט‬ ‫אויף איבעראל מיט פארצווייגטע פעולות להעמיד הדת על‬ ‫תילה‪.‬‬

‫תש"י‪ :‬דער פלאן פון די‬ ‫צענטראלע מקוה‬ ‫זעלבסט פארשטענדליך אז איינע פון די צענטראלע פעולות‬ ‫וואס דער רבי זי"ע האט זיך דאן שטארק אריינגעלייגט איז‬ ‫געווען דאס אויפשטעלן א מקוה מהודרת וואס זאל שטיין‬ ‫צו פארפיגן פארן היימישן ציבור‪ ,‬אויסגעהאלטן לויט אלע‬ ‫חומרות והידורים וואס איז אנגענומען ביי ערליכע אידן‪.‬‬ ‫אין יאר תש"י לפ"ק איז אויפגעקומען א פלאן צו בויען א‬ ‫גרויסע צענטראלע מקוה דורך אלע חרד'ישע קהילות אין‬ ‫וויליאמסבורג‪ .‬ווי פארשטענדליך איז דער רבי זי"ע געווען‬ ‫גאר שטארק פארמישט און געווען דער בריח התיכון פון‬

‫‪16‬‬

‫דעם גאנצן אונטערנעמונג‪ ,‬ער איז געשטאנען על המשמר‬ ‫על כל דבר קטן וגדול אז עס זאל געבויעט ווערן לויט זיינע‬ ‫פארשריפטן‪ ,‬און לויט אלע חומרות ודקדוקי הלכות‪.‬‬ ‫די מקוה איז געווען אין פיבערהאפטיגע פלענער‪ ,‬עס איז‬ ‫אבער נישט ארויס מן הכח אל הפועל‪ .‬וויבאלד עס זענען‬ ‫געווען פארשידענע קהלות אינאיינעם אין די אונטערנעמונג‪,‬‬ ‫און נישט אלע זענען געווען אזוי דערביי מיט די אלע חומרות‬ ‫והידורים וואס דער רבי זי"ע האט פארלאנגט‪ ,‬איז דער‬ ‫גאנצער פלאן איז געווארן אויס‪.‬‬ ‫דער רבי זי"ע האט דערפון געהאט גרויס צער און עגמת‬ ‫נפש ווען ער האט געזען אז דער פלאן פון די מקוה איז‬ ‫נישט צושטאנד געקומען‪ .‬ער האט מאמענטאל נישט געזען‬ ‫פאר זיך קיין וועג וויאזוי ער זאל קענען אויפשטעלן א מקוה‬ ‫מהודרת‪ ,‬ווידעראום איז נישט געווען קיין געדאנק אז אונזער‬ ‫ציבור זאל נוצן א מקוה וואס זאל נישט האבן אלע חומרות‬ ‫והידורים וואס נאר מעגליך‪.‬‬ ‫דאן האט דער רבי זי"ע געזען אז עס איז נישטא קיין‬ ‫צווייטע ברירה‪ ,‬נאר ער מוז זיך נעמען צו די עבודה פון אליינס‬ ‫טרעפן א פלאץ‪ ,‬א מקום מוכשר‪ ,‬וואו ער זאל קענען בויען‬ ‫אן אייגענע מקוה‪ ,‬פאר בני קהלתו וועלכע פירן זיך בדרכי‬ ‫התורה והטהרה תחת צל קדושתו‪.‬‬

‫תשי"ב‪ :‬די מקוה אין‬ ‫"נעפ מענשאן"‬ ‫אין אנהויב יאר תשי"ב לפ"ק איז געלונגען פאר קהל יטב‬ ‫לב אפצוקויפן דעם גרויסן בנין 'נעפ מענשאן' אויף ‪550‬‬ ‫בעדפארד עוו‪ .‬וואו עס איז איינקוואטירט געווארן דער בית‬ ‫המדרש מיט די ישיבה‪ .‬דאן האט דער רבי תיכף צוגעטרעטן‬ ‫צו די עבודה פון אויפבויען מהודר'דיגע מקואות לאנשים‬ ‫ונשים‪ ,‬אינעם הונטערשטן שטאק פונעם בית המדרש‪.‬‬ ‫די מקוה איז געבויט געווארן גענוי לויטן רבי'נס פארשריפטן‬ ‫וויאזוי ער האט באפוילן און אנגעצייגט‪ ,‬דער רבי זי"ע האט אין‬ ‫יענע תקופה גאר אסאך עוסק געווען אין הלכות מקוואות‪,‬‬ ‫און ער האט דאס געלערנט אינאיינעם מיט די בחורים‬ ‫די תלמידי הישיבה‪ ,‬און מברר געווען פארשידענע בירורי‬ ‫הלכות אין די ענינים‪ .‬במשך די גאנצע תקופה האט דער רבי‬ ‫איבערגעשמועסט די אלע ענינים מיט די גדולי תורה והוראה‪,‬‬ ‫און דורכדעם אויסגעארבעט גענוי ווי אזוי עס איז געווען רצון‬ ‫קדשו‪ ,‬ווי אזוי די מקוה זאל געבויעט ווערן‪.‬‬ ‫די צוויי מקוואות‪ ,‬זענען געווען געבויעט איינע נעבן די‬ ‫צווייטע‪ ,‬און די בורות זענען געווען די זעלבע‪ ,‬אז די מי גשמים‬

‫נעפ מענשאן‬ ‫זענען דורכן זעלבן צינור אנגעקומען צו ביידע בורות‪ ,‬אזוי איז געווען מורא'דיגע‬ ‫הידורים אריינגעארבעט אין די מקוה‪ ,‬אז דער רבי איז גאר שטארק צופרידן‬ ‫געווען מיט די מקוה מהודרת וואס ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן‪.‬‬

‫"ביי 'די' מקוה האב איך נישט‬ ‫מסיח דעת געווען "‪...‬‬ ‫עס איז שווער אראפצוגעבן ווי ווייט דער רבי זי"ע איז געווען פאראינטערעסירט‬ ‫אין די מקוה‪ ,‬און ווי ווייט ער האט זיך דערפאר אוועקגעגעבן במשך די גאנצע‬ ‫צייט וואס דער געבוי פון די מקוה האט זיך געצויגן‪ ,‬ווינטער תשי"ב‪ .‬יעדע‬ ‫שריט האט געמוזט ווערן דורכגעשמועסט מיטן רבי'ן און ס'האט געמוזט‬ ‫גענומען ווערן חוות דעת קדשו אין יעדן ענין‪ .‬נישט איינמאל האט דער רבי‬ ‫אראפגעקלעטערט אינעם בעיסמענט און באטראכט יעדעס פרט וויאזוי‬ ‫דאס ווערט געמאכט‪ ,‬ווי אויך האט ער ארויפגעקלעטערט די פיר שטאק‬ ‫ביז'ן דאך פונעם בנין‪ ,‬וואס פון דארט האט מען באהאפטן דעם צינור פון די‬ ‫מי גשמים‪ ,‬און אנגעצייגט גענוי וויאזוי מ'זאל אלעס אדורכפירן‪.‬‬ ‫עס רעדט פאר זיך די פאלגענדע געשיכטע‪:‬‬ ‫אין לויף פון די יארן האט זיך געמאכט אז מ'האט געדארפט פאררעכטן‬ ‫א קלייניגקייט אין די מקוואות‪ .‬ווען די ארבייטער האבן זיך גענומען ארבעטן‬ ‫ביי די בורות האבן זיי קודם פארראכטן די מקוה לאנשים וואו זיי האבן זיך‬ ‫אנגעטראפן אין אומפאראויסגעזענע שוועריגקייטן‪ ,‬און זיי האבן זיך גאר א‬ ‫לאנגע צייט געמוטשעט דאס צו פאררעכטן און אהערשטעלן די מקוה על‬ ‫כנה ועל מכונה‪ .‬ווען זיי זענען אריבער צו פאררעכטן די זעלבע זאך ביי די‬ ‫זייט פון די מקוה טהרה איז אלעס אדורך גלאטיג און ס'האט זיך נישט‬ ‫געמאכט קיין שום פראבלעם‪.‬‬ ‫ווען די ממונים פון די מקוה זענען געגאנגען זיך שואל עצה זיין מיטן רבי'ן‬ ‫בדבר הלכה וויאזוי צו מתקן זיין די פרישע פראבלעמען וואס האבן זיך‬ ‫פארזעצונג אויף זייט ‪20‬‬

‫‪17‬‬

‫האט דער רבי זיך‬ ‫אנגערופן‪" :‬וואס‬ ‫זאל איך טוהן‪ ,‬ווען‬ ‫מ'האט געבויט די‬ ‫נשים מקוה‪ ,‬האב‬ ‫איך נישט מסיח‬ ‫דעת געווען איין רגע‬ ‫דערפון‪ ,‬אבער ביי די‬ ‫מענער מקוה האב‬ ‫איך יא מסיח דעת‬ ‫געווען"‪...‬‬

‫די פרחי תלמידי‬ ‫חכמים לערנען‬ ‫מקוואות‬

‫"‬

‫עטליכע שווערע און טיפע מקצועות זענען דורכגעטוהן געווארן ביי יענע סוגיא‬ ‫שיעורים‪ ,‬די תלמידים פון יענע תקופה געדענקען ווי מ'האט דעמאלט עוסק געווען א‬ ‫לענגערע צייט פון צוויי דריי זמנים אין הלכות מקואות‪ ,‬וואס דער לימוד איז געגאנגען‬ ‫דירעקט לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא‪ ,‬הלכה למעשה‪ ,‬וואס איז דאן געווען א דבר‬ ‫העומד על הפרק ווען עס איז אונטערגענומען געווארן א פלאן צו בויען א מקוה טהרה‬ ‫אין וויליאמסבורג‪ ,‬און דעמאלט‬ ‫האט דער רבי אויפגעשטעלט די‬ ‫מקוה אויף ראס סט‪ .‬נעבן דעם אין די תקופה וואס מען האט‬ ‫בית המדרש‪ ,‬האבן די בחורים דורכגעלערנט די סוגיא אין מקוואות‪,‬‬ ‫געלערענט די הלכות ביי סוגיא‪ ,‬האט מען זיך נאך יעדע שטיק צייט‬ ‫און אין די ענינים האט דער רבי מעמיק געווען אין א צווייטע מקצוע‬ ‫געזאגט זיינע שיעורים‪.‬‬ ‫אין די ברייט פארצווייגטע סוגיות פון‬ ‫"אין די תקופה וואס מען מקוואות‪ ,‬מען האט געלערנט נוטפין‪,‬‬ ‫האט דורכגעלערנט די סוגיא אין ניצוק חיבור‪ ,‬קטפרס‪ ,‬שאובין‪ ,‬און נאך‪,‬‬ ‫מקוואות‪ ,‬האט מען זיך נאך יעדע‬ ‫שטיק צייט מעמיק געווען אין דער פלפול התורה איז גאר גרויס געווען‪,‬‬ ‫א צווייטע מקצוע אין די ברייט דער רבי אליין איז גאר שטארק פארטוהן‬ ‫פארצווייגטע סוגיות פון מקוואות‪ ,‬געווען אין די סוגיא'ס‬ ‫מען האט געלערנט נוטפין‪ ,‬ניצוק‬ ‫חיבור‪ ,‬קטפרס‪ ,‬שאובין‪ ,‬און נאך‪,‬‬ ‫דער פלפול התורה איז גאר גרויס געווען‪ ,‬דער רבי אליין איז גאר שטארק פארטוהן געווען‬ ‫אין די סוגיא'ס‪.‬‬ ‫"עס געדענקן די תלמידים ווי עס איז געווען אמאל ווען ס'איז געווען די מדובר איבער א‬ ‫מקוה פון "קונסט אייז"‪ ,‬און איינע פון די בחורים האט געוויזן פארן רבי'ן וואס אין שו"ת עצי‬ ‫חיים (חיו"ד סי' כ"ב) זעהט אויס להיתר‪ ,‬האט דער רבי מברר געווען דעם גאנצן ענין קלאר‬

‫‪18‬‬

‫ווי עס קען נישט זיין קיין וועג להיתר‪ ,‬און צומארגנס ביים פארלערנען האט דער רבי‬ ‫קלאר געמאכט אז דער עצי חיים ז"ל האט נישט געשריבן די תשובה להלכה נאר‬ ‫בדרך פלפול‪ ,‬נאר אזוי ווי דער עצי חיים איז ל"ע נפטר געווארן אינגערהייט האט‬ ‫עס דער דרוקער בטעות אריינגעלייגט אין די תשובות‪( .‬ועי' בשו"ת דברי יואל חיו"ד‬ ‫סי' מ"ד וסי' ע"א)‪.‬‬ ‫"עטליכע תשובות להלכה אין הלכות מקוואות וואס דער רבי האט זיך געשריבן‬ ‫מיט רבנים‪ ,‬איז געשריבן געווארן אין יענע תקופה וואס מען האט די סוגיא געלערנט‪,‬‬ ‫און זענען שפעטער געדריקט געווארן אין שו"ת דברי יואל‪.‬‬ ‫"עס פלעגן זיצן אין בית המדרש א צאל יונגעלייט וואס זענען במשך דעם גאנצן‬ ‫טאג געזעצן אין בית המדרש און געלערנט בהתמדה וואס דאס האט פיל צוגעגעבן‬ ‫צום התמדת התורה אין די ישיבה‪ .‬ווי למשל דער וואדקערטער רב הגה"צ ר' אלי'‬ ‫פאללאק ז"ל אן איידעם ביים ראש ישיבה דער שאפראנער רב ז"ל און א תלמיד‬ ‫חביב פון רבי'ן נאך פון סאטמאר‪ ,‬הרה"ג רבי משה דוב וויינבערגער שליט"א פאיער‬ ‫רב‪ ,‬הרה"ג ר' שמואל זיינוויל גאלד ז"ל‪ ,‬הרה"ג ר' אברהם לייטנער (שליט"א) [ז"ל]‪,‬‬ ‫הרה"ג ר' נתן יוסף מייזעלס (שליט"א) [ז"ל]‪ ,‬און נאך אזעלכע תלמידי חכמים ובני‬ ‫תורה‪ ,‬וואס האט היבש צוגעגעבן צום שיינקייט און פראכט פון די ישיבה‪.‬‬ ‫"דער רבי האט געהייסן די יונגעלייט אז זיי זאלן עוסק זיין אין הלכות מקוואות‪ ,‬און‬ ‫זיי זענען דעמאלט דעם רבי'ן צוניץ געקומען בעת דער רבי האט געבויעט די מקוה‬ ‫טהרה אויף ראס סט"‪.‬‬ ‫(ספר "מבצר תורה ויראה" ח"א)‬

‫‪19‬‬

‫‪ 81‬אנשטאט ‪...!18‬‬ ‫סוף ווינטער‪ ,‬אין די יומא דהילולא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע‪ ,‬ביים סיום משניות וואו עס איז זיך‬ ‫צוזאמגעקומען דער ציבור‪ ,‬האט דער רבי גאר שטארק מאריך געווען אין די דברות קודש אז מ'זאל זיך באשטייערן‬ ‫פאר די מקוה‪.‬‬ ‫דעם פאלגענדן טאג האט דער רבי זי"ע זיך פערזענליך אראפגעזעצט אין בית המדרש ביים טישל און גענומען די‬ ‫נתינות ביים ציבור‪ ,‬און געשריבן רעסיטס‪.‬‬ ‫עטליכע גאר אינטערעסאנטע אנעקדאטן איז פארבליבן ביי די חסידים פון יענע ערשיינונג‪ ,‬צו זען ווי דער רבי זיצט‬ ‫ביים טישל און שרייבט די רעסיטס‪ ,‬וואס דאס איז געווען דאס איינציגסטע מאל וואס דער רבי איז פערזענליך געזיצן‬ ‫און אפגענומען די נדבות ביים ציבור אין ביהמ"ד‪.‬‬ ‫ביי איין פאל ווען א איד מאנשי שלומינו האט דערלאנגט פארן רבי'ן דעם סכום פון אכצן דאללער‪ ,‬האט דער רבי‬ ‫אויסגעשריבן דעם רעסיט אויף "‪ "81‬דאללער‪ .‬ווען דער איד האט זיך געוואונדערט דערויף און אנגעצייגט דעם רבי'ן‬ ‫אז די נומער'ן זענען געשריבן פארקערט (פון רעכטס צו לינקס)‪ ,‬האט דער רבי זיך אנגערופן מיט א שמייכל‪" ,‬שרייבן‬ ‫דארף מען אויף פארקערט"?‪( ...‬פון לינקס צו רעכטס)‪.‬‬

‫געשאפן אין די מקוה‪ ,‬האבן זיי דערציילט פארן רבי'ן דעם‬ ‫וואונדער אז ביידע מקוואות וואס זענען דאך אינאיינעם‬ ‫געבויט פונדעסוועגן איז פון איין זייט פיל מיט פראבלעמען‬ ‫וואס קומען אונטער‪ ,‬און ווידער ביי די מקוה טהרה גייט אלעס‬ ‫אזוי גלאטיג אן קיין שום פראבלעמען‪.‬‬ ‫האט דער רבי זיך אנגערופן‪" :‬וואס זאל איך טוהן‪ ,‬ווען‬ ‫מ'האט געבויט די נשים מקוה‪ ,‬האב איך נישט מסיח דעת‬ ‫געווען איין רגע דערפון‪ ,‬אבער ביי די מענער מקוה האב איך‬ ‫יא מסיח דעת געווען"‪...‬‬ ‫די הייליגע ווערטער רעדן פאר זיך‪.‬‬

‫ואסף איש טהור‬ ‫אויך אין דעם פינאנציעלן טייל פון די מקוה האט‬ ‫דער רבי גאר שטארק נושא בעול געווען‪ .‬דער רבי האט‬ ‫אומאויפהערליך געפאדערט און פארלאנגט פונעם ציבור‬ ‫אז מ'זאל זיך באשטייערן מיט גרעסערע סכומים לטובת די‬ ‫מקוה‪ ,‬ער האט אויך ארויפגעלייגט א חוב אויף יעדן מאנ"ש‬ ‫זאל געבן א באשטימטן סכום פאר די מקוה‪.‬‬

‫כשר'ן די מקוה‬ ‫ווען די מקוה איז ענדליך פארטיג געווארן האט דעם רבי'נס‬ ‫שמחה נישט געהאט קיין גרעניץ‪ ,‬אז ענדליך האט מען זוכה‬ ‫געווען אהערצושטעלן א מקוה מיט אלע הידורים פארן‬ ‫ציבור‪ ,‬וסמוך לבו בטוח אויף די ווייטערדיגע המשכת הדורות‬ ‫‪20‬‬

‫בטהרה‪.‬‬ ‫דער רבי זי"ע איז געקומען אין באגלייטונג פון הגאון הצדיק‬ ‫רבי יונתן שטייף זצ"ל אבד"ק עדת יראים וויען‪ ,‬הגה"צ רבי‬ ‫יוסף משה מייזליש זצ"ל דער אויוואר'ער רב‪ ,‬און כ"ק מרן‬ ‫רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע‪ ,‬מכשיר זיין די מקוה‪.‬‬ ‫אנצוקומען צום צינור פון די מי גשמים האט מען געדארפט‬ ‫ארויפצוגיין אויפן דאך פון דעם בנין‪ ,‬און פון דארט האט‬ ‫מען נאך געדארפט ארויפגיין מיט א לייטער נאך א שטאק‬ ‫אנצוקומען צום צינור‪ .‬ווען מ'איז אנגעקומען צום פערטן‬ ‫שטאק פונעם בנין דארט וואו די בחורים פון די ישיבה האבן‬ ‫געלערנט‪ ,‬האט זיך דער רבי אנגערופן מיט א שמייכל צו‬ ‫הגה"צ ר' יונתן שטייף זצ"ל‪" ,‬לאמיר זיך דא אראפזעצן‬ ‫אפרוען ווייל מיר ברויכן קריכן נאך צוויי שטאק"‪...‬‬

‫"שמירת עינים" ביז‬ ‫צו די מקוה‪...‬‬ ‫די מקוה איז געווען באהאפטן צום בית המדרש פון די‬ ‫מזרח זייט‪ ,‬און דער אריינגאנג צו די מקוה איז געווען אויף‬ ‫בעדפארד עוו‪ .‬צווישן די צוויי אריינגענג איז געווען שטיגן‬ ‫אראפצוגיין צו די מקוה‪ ,‬און נאר דורך די גאס איז מעגליך‬ ‫געווען אריינצוגיין אין די מקוה‪ ,‬דורכן בית המדרש האט מען‬ ‫נישט געקענט גיין‪ .‬עס איז באקאנט וואס דער רבי האט זיך‬ ‫אמאל אויסגעדריקט ווען ער האט גערעדט איבער שמירת‬ ‫עיניים אויף די גאס האט זיך דער רבי אויסגעדריקט "אפילו‬

‫צו גיין פון דא ביז צו די מקוה ברויך מען אויך האבן אסאך סייעתא דשמיא‬ ‫אז מען זאל צוריק קומען דער זעלבער וואס מען איז ארויסגעגאנגען"‪.‬‬ ‫די מקוה איז געשטאנען צום דינסט פונעם ציבור אנשי שלומינו איבער‬ ‫צוואנציג יאר‪ ,‬ווי אויך פאר אלע חרדי'שע ערליכע משפחות איבער די שטאט‬ ‫וועלכע פלעגן אלע קומען נאר אין די סאטמארע מקוה‪.‬‬ ‫דער רבי האט אויפגענומען הגה"צ דעם שאפראנער רב זצ"ל צו דינען‬ ‫אלס דער משגיח און מורה הוראה אויף די מקוה‪ .‬דער שאפראנער רב האט‬ ‫ערליך געהאלטן דעם תפקיד איבער פופצן יאר ביז צו זיין פטירה שביעי של‬ ‫פסח תשכ"ט‪ ,‬וואס דאן איז אויפגענומען געווארן הגה"צ דער קאפישער רב‬ ‫זצ"ל אלס מורה הוראה און משגיח אויף די מקוה‪.‬‬

‫תשל"ג‪ :‬די מקוה‬ ‫אין זופניק‬ ‫מיט די יארן איז דער ציבור זיך צואוואקסן‪ ,‬און די מקוה אונטערן בית‬ ‫המדרש האט שוין נישט דערהאלטן דעם גרויסן געברויך פונעם ציבור וואס‬ ‫האט זיך שטארק פארמערט‪ .‬מיט די צייט האט דער ביהמ"ד זיך אוועקגעצויגן‬ ‫פון ראסס סט‪ .‬און מ'האט דעם בנין געדארפט אראפווארפן‪ ,‬און גלייכצייטיג‬ ‫באלד בויען א פרישע מקוה טהרה‪.‬‬ ‫דאן איז הנגיד המפורסם בונה ומקים עולמות של תורה רבי ישראל זופניק‬ ‫ז"ל געקומען מיט א פארשלאג‪ .‬היות ער האט אין יענע צייט אויפגעבויעט‬ ‫עטליכע גרויסע בנינים אויף די גאס פון וויליאמסבורג סטריט איסט‪ .‬און‬ ‫קיעפ סט‪ ,.‬פאר די התאחדות אברכים און די תלמוד תורה בניני זופניק‪,‬‬ ‫איז ער גרייט אויך צו פינאנצירן די אויסגאבן פון די מקוה טהרה וואס זאל‬ ‫געבויעט ווערן אין די אונטערשטע שטאקן פון די געביידעס‪.‬‬ ‫דער פארשלאג איז געווארן אויפגענומען געווארן מיט א געוואלדיגע‬ ‫שמחה ביי די הנהלת הקהלה וועלכע האבן זיך דערזעען מיט א געוואלדיגע‬ ‫לעזונג צו דעם געברויך‪ ,‬און זיי זענען אריבער צום רבי'ן זי"ע אים דערציילן די‬ ‫גוטע בשורה‪ ,‬אז ר' ישראל זופניק איז גרייט אויסצוצאלן די גאנצע מקוה‪.‬‬ ‫דער רבי איז נישט מסכים!‬ ‫ווי פארוואונדערט איז די הנהלת הקהלה געווארן ווען דער רבי האט דעם‬ ‫פארשלאג דראסטיש אפגעווארפן‪ .‬דער רבי האט קלאר ארויסגעזאגט זיין‬ ‫פארלאנג אז די מקוה זאל געבויעט ווערן דורך קהל אליין‪ ,‬בנדבת לבם פון‬ ‫אלע בני הקהלה‪ .‬דער רבי האט אנגעגעבן זיין מאטיוו אז ער וויל אז די מקוה‬ ‫זאל געבויעט ווערן לויט אלע הלכה'דיגע פארשריפטן מיט די פילע חומרות‬ ‫והידורים‪ ,‬און ס'קען נישט זיין אז א יחיד זאל דאס באצאלן און א דעת בעלי‬ ‫בתים זאל האבן די מיינונג איבער די מקוה!‬ ‫ווען די הנהלת הקהלה האט פרובירט צו איבערצייגן דעם רבי'ן אז די מקוה‬ ‫שטייט אונטער די פולשטענדיגע אויפזיכט פון די דיינים און מורי הוראה‪ ,‬און‬ ‫אז דער חשוב'ער נדבן האט נישט קיין שום שייכות מיטן סדר און אופן ווי‬ ‫אזוי די מקוה זאל געבויעט ווערן‪ ,‬האט דער רבי פונדעסוועגן פארלאנגט אז‬ ‫די מקוה זאלן מערערע מיטגלידער פון די קהלה נעמען א טייל‪ ,‬און נישט‬

‫‪21‬‬

‫"ער נוצט נישט‬ ‫'מיין' מקוה"!‬ ‫ווי אינטערעסאנט קלינגט‬ ‫דער עפיזאד ווען א איד‬ ‫וועלכער האט לאנגע יארן‬ ‫נישט זוכה געווען צו האבן‬ ‫קיין קינדער‪ ,‬און ער פלעגט‬ ‫פיל מפציר זיין ביים רבי'ן אז‬ ‫דער רבי זאל אים מבטיח זיין‬ ‫א גיכע ישועה‪ ,‬האט אים דער‬ ‫רבי א זאג געטוהן "וואס זאל‬ ‫איך טוהן אז איר ניצט נישט‬ ‫מיין מקוה‪."...‬‬

‫אז ר' ישראל זאל אליינס אויסצאלן די גאנצע סכום פון די‬ ‫מקוה‪ .‬וכך הוה ר' ישראל איז טאקע געווען א נוטל חלק‬ ‫בראש אבער אויך הונדערטער אנדערע אידן מאנ"ש האבן‬ ‫בייגעשטייערט מנדבת לבם פאר די מקוה‪.‬‬

‫יעדער זאל‬ ‫נוצן די מקוה‬

‫‪http://www.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=1...‬‬

‫דער רבי זי"ע האט גאר‬ ‫שטארק געפאדערט אז יעדער‬ ‫איז מחויב זיך צו באניצן נאר‬ ‫מיט אט די מקוה וואס איז‬ ‫געבויעט געווארן לויט זיינע‬ ‫אנווייזונגען‪.‬‬ ‫דער רבי האט געוואלט אז‬ ‫יעדער איינער נישט קיין חילוק‬ ‫פון וועלכע קרייז זאל ניצן די‬ ‫מקוה‪ ,‬גאר שטארק האט דער‬ ‫רבי הנאה געהאט צו הערן אז‬ ‫אפילו אזעלכע וואס אנגעהערן‬ ‫בכלל נישט צו אונזערע קרייזן‪,‬‬ ‫און פירן זייערע שטובער אויף‬ ‫א שוואכארן סטאנדארט ווי‬ ‫דער רבי האט פארלאנגט פון‬ ‫אנשי שלומו‪ ,‬פונדעסוועגן האבן‬ ‫זיי געניצט די סאטמארע מקוה‪.‬‬ ‫דער רבי האט אפילו געהייסן איינשאפן פאר די מקוה‬ ‫ספעציעלע איינריכטונגען‪ ,‬טראץ דעם וואס פאר אונזערע‬ ‫היימישע קרייזן איז דאס גענצליך איבריג און ס'איז נישט‬ ‫באניצט געווארן‪ ,‬האט אבער דער רבי געהייסן אז מ'זאל‬ ‫דאס קויפן און איינשטעלן אין די מקוה כדי אז אפילו די מער‬ ‫מאדערנע קרייזן זאלן זיך נישט צוריקהאלטן פון קומען אין‬ ‫די מקוה‪.‬‬ ‫‪5/14/2009 4:49 PM‬‬

‫א מקוה איז‬ ‫נישט קיין פארדינסט‬ ‫א ענין פלא האט דערציילט הרה"ח ר' אברהם כ"ץ ז"ל‬ ‫דער לאנגיעריגער מנהל פון די מקוה טהרה‪ ,‬אז אמאל האט‬ ‫אים דער רבי געלאזט רופן און פון אים פארלאנגט אז ער זאל‬ ‫אים גענוי אפשרייבן אלע הוצאות און הכנסות פון די מקוה‬ ‫איבערן יאר‪ ,‬כדי ער זאל קענען זעען גענוי אויב עס זענען‬ ‫בכלל דא פארדינסטן פון די מקוה‪ ,‬און וואס די פארדינסטן‬ ‫‪22‬‬

‫זענען‪ .‬ר' אברהם האט אלעס גענוי אראפגעשריבן אויפן‬ ‫פאפיר‪ ,‬און עס איז אויסגעקומען דער חשבון אז די מקוה‬ ‫מאכט ריוח עטליכע דרייסיג דאללער א יאר‪ ,‬לויטן סכום פון‬ ‫יענע יארן‪.‬‬ ‫דער רבי איז נישט צופרידן געווען דערפון‪ ,‬ער האט גענומען‬ ‫דעם חשבון און דאס עטליכע מאל איבערגערעכענט‪ ,‬ביז ווען‬ ‫איבערגעצייגט פאר ר' אברהם אז דער חשבון איז‬ ‫ער האט‬ ‫‪Address New York 11211‬‬ ‫נישט געווען ריכטיג‪ ,‬נאר אדרבא‪ ,‬די מקוה דערלייגט יערליך‬ ‫א געוויסן סכום‪.‬‬ ‫האט דאן דער רבי אים‬ ‫געזאגט בארוהיגטערהייט‪,‬‬ ‫"דאס האב איך טאקע‬ ‫געוואלט‪ ,‬איך וויל ווייזן אז א‬ ‫מקוה איז נישט קיין רווחים‪.‬‬ ‫א איד פון בארא פארק איז‬ ‫זיך געקומען שואל עצה‬ ‫זיין אז ער וויל עפענען‬ ‫א מקוה וואס זאל אים‬ ‫ברענגען פרנסה‪ ,‬האב איך‬ ‫אים געוואלט איבערווייזן‬ ‫אז א מקוה ברענגט נישט‬ ‫קיין פרנסה כדי ס'זאל‬ ‫נישט ווערן קיין שפיל'עכל‬ ‫מיט וואס מענטשן זאלן‬ ‫וועלן פארדינען געלט‪ ,‬וואס‬ ‫דורכדעם אויב וועט זיך מאכן פראבלעמען און מכשולות‬ ‫וועט מען זוכן אלע קולות כדי זיך צו שפארן געלט‪ ,‬א מקוה‬ ‫טאר נישט זיין קיין ביזנעס מיט וואס מען פארדינט געלט!"‪.‬‬ ‫דער רבי האט דאס ענין פון די מקוה געהאלטן פאר איינע‬ ‫פון זיינע גאר גרויסע אויפטוען און ער האט דאס שטארק‬ ‫באגלייט און אויפגעפאדערט אז נאר דאס זאל געניצט ווערן‬ ‫דורכ'ן היימישן ציבור‪.‬‬ ‫‪11211 - Google Maps‬‬

‫‪1 of 1‬‬

‫תשנ"ח‪ :‬שיפוץ המקוה‬ ‫ע"י כ"ק מרן‬ ‫רבינו הגה"ק שליט"א‬ ‫זעקס און צוואנציג יאר זענען דורכגעלאפן זינט תשל"ג!‬ ‫גאר אסאך געשעענישן האבן זיך אפגעשפילט אין די‬ ‫יארן‪ ,‬דור הולך ודור בא‪ ,‬קינדער זענען געווארן טאטעס‪ ,‬און‬ ‫אינגעלייט זענען געווארן זיידעס‪ ,‬דער ציבור איז זיך צואוואקסן‬ ‫דריי און פיר פאכיג‪ ,‬אלעס האט באקומען א פנים חדשות‪,‬‬

‫איבעראל האט זיך אלעס געטוישט‪ ,‬אבער נישט אין די מקוה‪...‬‬ ‫דער מציאות האט באוויזן אז די צימערן וואס איז געווען די והותר מיט‬ ‫‪ 26‬יאר צוריק‪ ,‬איז געווארן צר מהכיל‪ ,‬און ווי פארשטענדליך האט דאס‬ ‫געברענגט צו גאר אסאך אומאנגענעמליכקייטן‪.‬‬ ‫די הנהלת הקהלה האבן גענומען אין באטראכט פארשידענע פלענער‬ ‫איבער דעם איבערבוי פון די מקוה‪ ,‬אבער נאכדעם וואס מ'האט זיך‬ ‫אנגעשטויסן אין פארשידענע שוועריגקייטן‪ ,‬האט דאן כ"ק מרן רבינו הגה"ק‬ ‫שליט"א [דאן אב"ד ור"מ קרית יואל]‪ ,‬זייענדיג דער שליח נאמן פון מר אביו‬ ‫מרן רבינו הגה"ק זי"ע אין אלע עניני הקהלה‪ ,‬אונטערגענומען דעם גרויסן עול‬ ‫צו טוהן די נויטיגע שריט לטובת די מקוה‪.‬‬ ‫מ'האט באלד געזען אז דאס וועט אריינציען אין גאר גרויסע הוצאות‪.‬‬ ‫אויפן ערשטן שאץ האט מען גערעכנט אז דאס וועט אויסקומען צו א‬ ‫‪( 1,000,000$‬מיליאן דאללער)‪ .‬דער רבי שליט"א האט באלד גענומען אויך‬ ‫זיך אהערצושטעלן די גאנצע אסטראנאמישע סומע‪.‬‬

‫"ר' יצחק‪ ,‬וואס וועט זיין מיט די‬ ‫מקוה?"‪...‬‬ ‫ביום ל"ג בעומר תשנ"ח איז פארגעקומען א גרויסער מעמד ווען ס'איז‬ ‫נתחדש געווארן דער בנין פון די תלמוד תורה "עטרת יואל" אויף ראסס‬ ‫סטריט‪ .‬ס'איז געווען דאן גאר א שיינער מעמד ברוב עם הדרת מלך ווען‬ ‫טויזנטער תינוקות של בית רבן האבן אריבערמארשירט צו זייער נייעם בנין‪.‬‬ ‫אויפן וועג צוריק איז מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע געגאנגען אין‬ ‫באגלייטונג פון הרבני הנגיד מו"ה יצחק ראזענבערג הי"ו ס‪ .‬ראש הקהל‪,‬‬ ‫און ער האט געוויזן פארן רבי'ן דעם געבוי פונעם בית המדרש הגדול וואס‬ ‫איז דאן אנגעגאנגען אין פולן טעמפא‪ ,‬אין וועלכען ר' יצחק איז געווען דער‬ ‫גאנצער רוח החיים‪ .‬ער האט געבעטן פונעם רבי'ן אז דער רבי זאל אנווינטשן‬ ‫אז מ'זאל דאס בקרוב ענדיגן‪ .‬האט דער רבי זי"ע זיך געגעבן א שטעל אפ‪,‬‬ ‫און זיך אנגערופן‪" :‬אבער ר' יצחק‪ ,‬וואס וועט זיין מיט די מקוה?!"‪.‬‬ ‫די ראשי הקהלה האבן דאן געזען ווי שטארק דאס ענין פון די מקוה‬ ‫ליגט ביים רבי'ן אויפן הארץ‪ ,‬און ווי שטארק ס'איז דאס נחיצות דערפון‪ ,‬איז‬ ‫באשלאסן געווארן באלד צוצוטרעטן מיט אלע כוחות אין איבערבויען די‬ ‫מקוה‪.‬‬ ‫אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א איז דאן נתמנה געווארן א וועד פון בעלי‬ ‫בתים חשובים אויף אלע ענינים וואס איז געווען נוגע די מקוה‪ :‬ה"ה מו"ה‬ ‫יעקב הכהן גליק הי"ו גבאי‪ ,‬מו"ה יצחק ראזענבערג הי"ו‪ ,‬מו"ה שמואל דוד‬ ‫מארקאוויטש הי"ו‪ ,‬מו"ה שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו‪ ,‬און נאך‪ .‬אין צוגאב‬ ‫צו די אברכים חשובים מו"ה טובי' אברהם שעהנפעלד הי"ו‪ ,‬מו"ה מאיר‬ ‫נפתלי פערל הי"ו מנהל מוסדות יטב לב באה"ק‪ ,‬הרב יחיאל גוטמאן הי"ו‬ ‫ר"מ בישיבת קרן התורה‪ ,‬מו"ה שלמה זלמן ווייס הי"ו‪ ,‬מו"ה שלמה זלקא‬ ‫מויזקאפף הי"ו‪ .‬אויך איז נתמנה געווארן אלס מנהל פון די מקוה מו"ה עזריאל‬ ‫יודא כ"ץ הי"ו אן אייניקל פון הרה"ח ר' אברהם כ"ץ ז"ל וועלכער איז נתמנה‬

‫‪23‬‬

‫דער מציאות איז‬ ‫אבער אז א קהלה‬ ‫קדושה בישראל‪ ,‬ובפרט‬ ‫קהלתינו הק' מיט אירע‬ ‫טויזנטער מיטגלידער‪,‬‬ ‫קען נישט און טאר‬ ‫נישט עקזעסטירן אן א‬ ‫מקוה טהרה מהודרת‪,‬‬ ‫וואס זאל שטיין אונטער‬ ‫די שטרענגע און‬ ‫שטענדיגע השגחה פון‬ ‫א מורה הוראה מובהק‬

‫אין לויף פון די לעצטע יארן נאכדעם וואס קהלתינו הק'‬ ‫געווארן דורך רבינו הק' זי"ע אלס מנהל המקוה‪.‬‬ ‫איז זיך צונויפגעוואקסן לשם ולתפארת אונטער די הייליגע‬ ‫נשיאות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א‪ ,‬האט ווי נאטורליך‬ ‫זיך מיטגעזען דער באלדיגער געברויך צו בויען א פרישע‬ ‫מקוה טהרה‪.‬‬ ‫אויב האט מען מיט עטליכע יאר צוריק געמיינט אז מ'וועט‬ ‫קענען "אדורכשטיפן" ווי ביז יעצט‪ ,‬איז אבער דער מציאות‬ ‫פון דאן אן איז דער רבי שליט"א געווען פולקאם אריינגעטוהן‬ ‫אין די מקוה טהרה‪ .‬ער האט זיך אריינגעווארפן מיט אלע אז א קהלה קדושה בישראל‪ ,‬ובפרט קהלתינו הק' מיט אירע‬ ‫טויזנטער מיטגלידער‪ ,‬קען נישט און טאר נישט עקזעסטירן‬ ‫כוחות אין די עבודת הקודש צו שטיין על המשמר אז ס'זאל‬ ‫אן א מקוה טהרה מהודרת‪ ,‬וואס זאל שטיין אונטער די‬ ‫געבויעט ווערן מיט פילע חומרות והידורים און תיקונים‬ ‫שטרענגע און שטענדיגע השגחה פון א מורה הוראה מובהק‪,‬‬ ‫בגדרי הצניעות‪ ,‬ווי ס'פאסט פאר אזא קהלה חשובה‪ ,‬לויט די‬ ‫וואס צו דעם זעלבסט שפירט זיך א ברענעדיגער מצב‬ ‫הייליגע הוראות פון רבינו הק' זי"ע‪.‬‬ ‫וואס האט געפאדערט באלדיגע‬ ‫דער רבי שליט"א איז דאן‬ ‫עמערדזשענסי שריט‪.‬‬ ‫בפקודת הקודש פון מר אביו מרן‬ ‫די הנהלת הקהלה מיט די‬ ‫רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע‪,‬‬ ‫א‬ ‫געווען‬ ‫ממנה‬ ‫האט‬ ‫שליט"א‬ ‫רב‬ ‫דער‬ ‫צושטימונג פון כ"ק מרן רבינו‬ ‫רעגלמעסיג אריינגעקומען קיין‬ ‫"וועד קרן הבנין" פאר די מקוה טהרה‪,‬‬ ‫שליט"א האבן איינגעזען‪ ,‬אז‬ ‫וויליאמסבורג און געשאפן גרויסע‬ ‫געטרייע עסקנים חשובים וועלכע האבן זיך‬ ‫ס'איז א געוואלדיגער געברויך צו‬ ‫סכומים לצורך די מקוה‪ .‬וואך נאך‬ ‫אריינגעלייגט אין די ארבעט‪ ,‬אויסצוארבעטן‬ ‫בויען א נייע רחבות'דיגע מקוה‪,‬‬ ‫וואך איז דער רבי שליט"א געקומען‬ ‫די פלענער איבער דאס בוי פון די מקוה‪.‬‬ ‫מיט מערערע צימערן און בורות‬ ‫אנקלאפן על פתחי נדיבים‬ ‫די חברי הוועד לייגן אריין א גאר שווערע‬ ‫לטבילה‪ ,‬אויסגעשטאט מיט די‬ ‫אויפצוטרייבן גאר גרויסע סכומים‬ ‫ארבעט צו פארזיכערן אז די בוי ארבעט‬ ‫באקוועמסטע איינריכטונגען‪ ,‬וואס‬ ‫פאר די מקוה‪ ,‬ביז ס'איז געלונגען‬ ‫ווערט צוגעגרייט און פראצעסירט ווי‬ ‫זאל זיין בא'טעמ'ט און צוגענגליך‪,‬‬ ‫צו שאפן די אסטראנאמישע סומע‬ ‫שנעל מעגליך‪ ,‬אבער צו די זעלבע צייט‬ ‫ווי שענער און באקוועמער‪ ,‬לתועלת‬ ‫פון בערך צוויי מילליאן דאללער‪ ,‬און‬ ‫איז פארשטענדליך אז דאס בויען די נייע‬ ‫הענין‪.‬‬ ‫מקוה טהרה וועט אריינציען אין גאר הויכע‬ ‫די מקוה איז פארטיג געווארן צום‬ ‫ציפערן און אסטראנאמישע סכומים‪ ,‬און זיי‬ ‫דינסט פונעם ציבור‪.‬‬ ‫זענען פארנומען צונויפצושטעלן די ריזיגע‬ ‫עס געדענקט זיך נאך גוט די‬ ‫פאנדן וואס פארלאנגט זיך פארן געבוי פון‬ ‫גרויסע מסיבת "שרי האלף" וואס‬ ‫די מקוה‪.‬‬ ‫איז פארגעקומען ראש חודש‬ ‫באזונדער האט זיך דערזען דאס‬ ‫סיון תשנ"ט אין די זאלן פון ראוז‬ ‫נחיצות אין בויען א פרישע מקוה‬ ‫קעסטל‪ ,‬מיט די באטייליגונג פון‬ ‫טהרה נאכדעם וואס דער היינטיגער‬ ‫כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע‪ ,‬וואו הונדערטער‬ ‫געאגראפישער אויסשטעל פון די שטאט וויליאמסבורג‪ ,‬האט‬ ‫אברכים האבן מנדב געווען דעם סכום פון ‪ 1,000$‬און העכער‬ ‫זיך אויסגעצויגן אין פרישע צענדליגער גאסן און געגנטער‪,‬‬ ‫פאר די מקוה‪.‬‬ ‫וואס נעמט אריין פרישע טויזנטער משפחות אין אלע עקן‬ ‫ווען מ'שפאצירט אדורך די שטובלעך אויפן צווייטן שטאק‬ ‫פון דער שטאט‪ ,‬און דאס פארלאנגט א דערלייכטערונג אין‬ ‫אין די מקוה‪ ,‬זעט מען ווי אויף אלע טירן פיגורירן די נעמען‬ ‫פלאץ צו ערמעגליכן דאס באנוץ פון די מקוה טהרה אויף‬ ‫בלויז פון אנשי שלומינו וועלכע זענען דאן נענה געווארן לקול‬ ‫גאר א באקוועמען פארנעם‪.‬‬ ‫קריאת הקודש פון רבינו שליט"א צו באשטייערן צימערן און‬ ‫די שטאט וויליאמסבורג פארמאגט היינט לערך צוועלף‬ ‫בורות טבילה אין די מקוה‪.‬‬ ‫טויזנט אידישע משפחות בליעה"ר‪ ,‬און מיט יעדן חודש‬ ‫וואס ס'וואקסט דער ציבור ווערט גרעסער דער מאנגל אין‬ ‫מקוואות‪ .‬אפילו אזא שטאט ווי בארא פארק פארמאגט היינט‬

‫יאחז צדיק דרכו‬ ‫וטהר ידים יוסיף אומץ‬ ‫(איוב יז ט)‬

‫וועד קרן הבנין‬

‫די שטאט‬ ‫וויליאמסבורג‬

‫תשס"ח‪ :‬צר לנו המקום‬

‫‪24‬‬

‫ׁשה ְמ ֵה ָרה‪,‬‬ ‫ָע ָדה חוּ ָ‬ ‫יך ִה ּו ֲ‬ ‫יד ָ‬ ‫ָא ָּנא ְל ֶע ְז ַרת יְ ִד ֶ‬ ‫ֹשיעוֹ ְּב ֵעת ָצ ָרה‪:‬‬ ‫ׁ‬ ‫ׂ ָר ֵאל מו ִ‬ ‫ִמ ְקוֵה יִ ְש‬ ‫(סליחות יום ד' עשי"ת)‬

‫מיר נויטיגן זיך אצינד אין גאר גרויסע סכומים געלט צו קענען צוטרעטן צום בויען די‬ ‫מקוה טהרה דקהלתינו הק'‬ ‫צו פארזיכערן דעם ערליכן עתיד בטהרתן של ישראל מיט די גרעסטע הידורים און חומרות‬ ‫ווערט א שותף אין בויען דעם מקום טהרה און געניסט פון די געוואלדיגע סגולות אויף ישועות און רפואות‪ ,‬בני חיי‬ ‫ומזוני רויחי‬

‫ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה‬

‫המקוה מושיע מכל צרות‬

‫וזה בחינת המקוה שהוא שער העליון מחמשים שערי בינה‪,‬‬ ‫שהוא בחינות שכל ודעת עליון‪ ,‬בחינת חסד עליון ורחמים גדולים‪.‬‬ ‫ועל כן המקוה מושיע בכל הצרות‪ ,‬כמו שכתוב מקוה ישראל‬ ‫מושיעו בעת צרה‪ ,‬כי הוא חסד עליון‪ ,‬שמושיע מכל הצרות‪.‬‬ ‫ועל כן המקוה מטהר מכל הטמאות‪ ,‬כמו שכתוב (יחזקאל‬ ‫ל"ו)‪" :‬וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם" וכו'‪ .‬כי 'אין יסורין‬ ‫בלא עוון' וכו' (שבת נ"ה)‪ ,‬ועל כן המקוה שמושיע מכל הצרות‬ ‫ומכל היסורים‪ ,‬הוא מטהר מכל הטמאות ומכל החטאים‪.‬‬ ‫(ליקוטי מוהר"ן מהדו"ק סי' נ"ו)‬

‫‪25‬‬

‫פינף באזונדערע מקוואות‪ ,‬איז דאך א פארשטענדליכע זאך‬ ‫אז די גרעסטע חרדי'שע קהלה אין די שטאט‪ ,‬קהל יטב לב‬ ‫ד'סאטמאר‪ ,‬זאל האבן אן אייגענע מקוה מיט א שטרענגע‬ ‫און שטענדיגע השגחה מעולה‪.‬‬ ‫א ספעציעלע געברויך איז געקומען מצד הונדערטער נייע‬ ‫תושבים אין יענע גענגטער‪ ,‬וואס די ווייטקייט פון די מקוואות‬ ‫אין די שטאט ברענגט נאטורליכע שוועריגקייטן פון דארפן‬ ‫גיין צומאל העכער א האלבע שעה‪ ,‬און די מורי הוראה ווערן‬ ‫אנגעפרעגט מיט פארשידענע שאלות וואס איז נוגע צו‬ ‫הלכות שבת וויאזוי צו ערמעגליכן צו דערלייכטערן דאס‬ ‫גיין אין מקוה בשבתות וימים טובים‪ ,‬מ'זאל נישט דארפן‬ ‫אפשטיפן א‪.‬ד‪.‬ג‪.‬‬

‫אומגלויבליכע הצלחה!‬ ‫באגלייט בברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א האט‬ ‫הגה"צ דער רב שליט"א אונטערגענומען דעם שווערן עול‬ ‫פון בויען די מקוה‪ .‬עס זענען נתמנה געווארן א וועד פון‬ ‫חשוב'ע אברכים חברי הקהלה זיך צו באפאסן מיט די טאג‬ ‫טעגליכע ארבעט אהערצושטעלן די מקוה‪ ,‬בנוי לתלפיות‪,‬‬ ‫וואס זאל זיין לשם ולתפארת‪.‬‬ ‫נאך א שטיק צייט וואס מ'האט געזוכט האט מען געטראפן‬ ‫א פלאץ וואס האט אויסגעקוקט פאסיג פאר דעם צוועק‪,‬‬ ‫וואו מ'האט שוין געהאט געשריבן קאנטראקט‪ ,‬אבער נאך‬ ‫א שטיק צייט ווען מ'האט אדורכגעפירט פארשידענע‬ ‫"טעסטס" האט מען געמוזט צוריקציען פונעם מקח‪ ,‬און‬ ‫מ'איז געווען עטוואס פארלוירן און פארצווייפלט‪.‬‬ ‫דא איז אונטערגעקומען די זעלטענע סייעתא דשמיא‬ ‫בכוחו ובזכותו של אותו זקן רבינו הק' זי"ע‪ ,‬ווען ס'איז מיט‬ ‫קוים עטליכע וואכן שפעטער אונטערגעקומען צו קויפן‬ ‫פיל א גרעסערן פלאץ צו בויען די מקוה טהרה‪ ,‬אויף א‬ ‫שטיל פלאץ‪ ,‬ביים ווינקל וואס באהעפט וויליאמסבורג און‬ ‫ניי‪-‬וויליאמסבורג‪ ,‬אויף וואלווארט סטריט קארנער פלאשינג‬ ‫עוועניו‪ ,‬פארן סכום פון ‪.$1,800,000‬‬ ‫ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איז דער יעצטיגער‬ ‫פלאץ פיל גרעסער‪ ,‬כמעט דאפעלט אין שטח‪ ,‬מיט נאענט‬ ‫צו הונדערט שטובער‪ ,‬וואס וועט מאכן די מקוה אלס די‬ ‫גרעסטע מקוה אין די שטאט‪ ,‬און האפענטליך מיט די‬ ‫מערסטע הידורים און חומרות‪.‬‬ ‫ווי אויך געפינט זיך דער שטח וואו מ'בויעט די מקוה‪ ,‬אויף‬ ‫א זעלטן גוטע פלאץ לתועלת גדרי הצניעות‪ ,‬א שטילע‬ ‫און באשיידענע גאס‪ ,‬וואס איז כמעט נישט קיין מציאות‬

‫‪26‬‬

‫דער פראכטפולער בנין המקוה‬

‫אין אזא גרויסע און באוואוינטע שטאט ווי וויליאמסבורג צו‬ ‫טרעפן אזא גוט פלאץ‪ ,‬און דערצו אין הארץ פון די היימישע‬ ‫געגנט‪,‬‬

‫גדול זכות המשתתפים‬ ‫עס איז באמת איבריג יעדעס ווארט ארוסצוברענגן בשבח‬ ‫פון זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים פארן בוי פון די‬ ‫מקוה טהרה‪ .‬אידן אין אלע דורות האבן זיך געלאזט קאסטן‬ ‫שווערע געלטער צו בויען א מקוה טהרה‪ .‬דאס איז ווי באקאנט‬ ‫דער "מעיין הישועות" צו אלע ישועות און רפואות אין לעבן‬ ‫פון יעדן איד‪ ,‬מיט אומצאליגע סגולות אין אלע הינזיכטן‪.‬‬

‫דורות ישרים ומבורכים‬ ‫עס איז זיכער אז יעדער וואס באשטייערט פאר די מקוה‪,‬‬ ‫האט דעם זכות נשגב פון אויפשטעלן דורות ישרים ומבורכים‬ ‫זרע ברך ה'‪ ,‬באגלייט מיט אלע זכותים וואס וועלן צוקומען‬

‫אין לויף פון די יארן ביסוד קדושתן וטהרתן של ישראל‪ ,‬וואס דאס איז די‬ ‫התחלה אין יסוד לבנות בית נאמן לה' ולתורתו‪.‬‬

‫ממעייני הישועה‬ ‫דער געוואלדיגער זכות וועט ביישטיין פאר די אלע וואס העלפן אויפבויען‬ ‫די מקוה טהרה‪ ,‬להתברך בכל משאלות לבבם לטובה‪ ,‬מיט געזונט‪ ,‬פרנסה‬ ‫און נחת דקדושה פון די קינדער און אייניקלעך‪ ,‬מיט הרחבת הדעת וכל טוב‬ ‫סלה‪ ,‬ביז מיר וועלן זוכה צו ביאת משיח צדקינו‪ ,‬כי מלאה הארץ דעה את ה'‬ ‫כמים לים מכסים‪ ,‬במהרה בימינו אמן‪.‬‬

‫געב צוריק דאס געלט‪ .‬דו ביסט א‬ ‫געהאלפענער‪.‬‬ ‫צו באגרייפן ווי ווייט צדיקים האבן מחשיב געווען א מקוה טהרה אלס א‬ ‫סגולה פאר כל מיני ישועות‪ ,‬איז אינטרעסאנט די פאלגענדע פאסירונג‪.‬‬ ‫א איד איז אמאל אריינגעקומען צו הרה"ק רבי יעקב'לע מפשעווארסק‬ ‫זצוק"ל און זיך אויסגעגאסן זיין פארביטערט הארץ אז ער נויטיגט זיך אין‬ ‫א ישועה‪ .‬דער רבי הערט אים אויס און פארשטייט אז דער איד נויטיגט זיך‬ ‫באמת אין א גאר גרויסן זכות צו געהאלפן ווערן אין זיין לאגע‪ .‬זאגט ער צו‬

‫‪27‬‬

‫דער רבי הערט אים‬ ‫אויס און פארשטייט‬ ‫אז דער איד נויטיגט‬ ‫זיך באמת אין א‬ ‫גאר גרויסן זכות צו‬ ‫געהאלפן ווערן אין‬ ‫זיין לאגע‪ .‬זאגט ער‬ ‫צו דעם איד‪" ,‬איך בין‬ ‫יעצט עוסק אין בויען‬ ‫א מקוה‪ ,‬אויב וועסטו‬ ‫מיר צוזאמשטעלן א‬ ‫גרויסן סכום געלט‬ ‫פאר די מקוה וועסטו‬ ‫געהאלפן ווערן"‬

‫דעם איד‪" ,‬איך בין יעצט עוסק אין בויען א מקוה‪ ,‬אויב וועסטו‬ ‫מיר צוזאמשטעלן א גרויסן סכום געלט פאר די מקוה וועסטו‬ ‫געהאלפן ווערן"‪.‬‬ ‫דער איד‪ ,‬הערנדיג אזעלכע אפענע ווערטער‪ ,‬האט זיך‬ ‫באלד אריינגעלייגט צו שאפן דאס געלט‪ ,‬און ביז א קורצע‬ ‫צייט קומט ער צוריק צום רבי'ן מיט דאס גאנצע געלט‪ .‬דער‬ ‫רבי נעמט דאס געלט און דערלאנגט דאס צוריק פאר דעם‬ ‫איד זאגנדיג‪" :‬כ'וועל דיר זאגן דעם אמת‪ ,‬איך בוי נישט קיין‬ ‫מקוה יעצט און כ'דארף נישט דאס געלט‪ .‬נאר כ'האב געזען‬ ‫אז דו דארפסט באמת א גאר גרויסע ישועה‪ ,‬האב איך‬ ‫דיר געוואלט שאפן גאר א גרויסן זכות‪ .‬יעצט אז דו האסט‬ ‫צוזאמגעשטעלט דאס געלט פאר א מקוה האסטו ממילא‬ ‫באקומען דיין ישועה‪ .‬קענסט שוין צוריקגעבן דאס געלט פון‬ ‫וועמען דו האסט דאס גענומען"‪.‬‬

‫צו בויען א מקוה‬ ‫דארף מען געלט‪...‬‬ ‫אין די צייטן פון הייליגן דברי יחזקאל פון שינאווא זי"ע האט‬ ‫זיך אין איינע פון די שטעט צופלאקערט א מחלוקה איבער‬ ‫בויען א מקוה טהרה‪ ,‬די חסידים אין די שטאט האבן געוואלט‬ ‫בויען די מקוה‪ ,‬אבער די עשירים וועלכע האבן דאס געזאלט‬ ‫פינאנצירן האבן נישט איינגעזען דאס וויכטיגקייט פון בויען‬ ‫די מקוה‪.‬‬ ‫ווען דער שינאווער רב זי"ע איז געקומען צו פארן אין‬ ‫די שטאט האט ער באלד געלאזט רופן די עשירים און זיי‬ ‫פארגעהאלטן דערויף‪ ,‬האט ער זיי דאן געזאגט‪ ,‬אז די גמרא‬ ‫אין מס' שבת (דף ל"ג ע"ב) דרש'נט דעם פסוק "ויחן את פני‬ ‫העיר"‪ ,‬אמר רב מטבע תיקן להם‪ ,‬ור' יוחן אמר מרחצאות תיקן‬ ‫להם‪ ,‬די מחלוקה צווישן די אמוראים איז אויב יעקב אבינו‬ ‫האט מתקן געווען א מקוה אדער דאס געלט צו האנדלען‪.‬‬ ‫אבער באמת איז דאס בכלל נישט קיין מחלוקה‪ ,‬ווייל ווען‬ ‫מ'קומט אין א שטאט דארף מען באמת דאס ערשטע מתקן‬ ‫זיין די מקוה‪ ,‬אבער כדי צו בויען א מקוה דארף מען האבן‬ ‫אסאך געלט‪ ,‬דעריבער האט ער מתקן געווען אויך דאס‬ ‫געלט צום האנדלען‪ ,‬אבער דאס וויכטיגסטע איז זיכער די‬ ‫מקוה‪( .‬ס' דברי יחזקאל ליקוטים)‪.‬‬

‫א סגולה פאר‬ ‫פרנסה און קינדער‬ ‫דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע שרייבט (מגן אברהם‬ ‫‪28‬‬

‫תנינא ברמזי אחש"פ) וזל"ק‪ :‬על ידי זכות המקוה מושיע‬ ‫הקב"ה לישראל בכל צרכיהם לפרנסה ולחשוכי בנים ר"ל‪,‬‬ ‫כדכתיב (ירמי' יד ח) מקוה ישראל ה' מושיעו‪ ,‬שבזכות‬ ‫המקוה יושיע הקב"ה לישראל‪.‬‬ ‫איבערזעצונג‪ :‬דורך דעם זכות פון א מקוה העלפט דער‬ ‫אויבערשטער אין אלע געברויכן‪ ,‬פאר פרנסה און קינדערלאזע‬ ‫ר"ל‪ ,‬ווי ס'שטייט אין פסוק מקוה ישראל ה' מושיעו‪ ,‬אין זכות‬ ‫פון א מקוה העלפט דער רבוש"ע פאר אידן‪.‬‬

‫מקוה סגולה‬ ‫להוושע בבנים‬ ‫בהמקוה פועלים בחינת לידה לצאת מרחם אמו‪ ,‬כמו‬ ‫שרמזתי בקרא את וה"ב בסופ"ה‪ ,‬היינו סופ"ה עולה מקו"ה‪,‬‬ ‫א"ת וה"ב ר"ת ב'טרם ת'בוא א'ליהן ה'מילדת ו'ילדו‪.‬‬ ‫(אמרי נועם פר' בשלח)‬

‫בויען א מקוה‬ ‫איז ווי בנין‬ ‫בית המקדש!‬ ‫אויפן פסוק אין פר' פקודי "ויהי בחודש הראשון בשנה‬ ‫השנית באחד לחודש הוקם המשכן" (שמות יז‪ ,‬מ)‪ ,‬שרייבט‬ ‫דער הייליגער חיד"א ז"ל (נחל קדומים)‪" ,‬הוקם" אותיות‬ ‫"מקוה"‪ ,‬ווייל די גמרא זאגט אין מס' ברכות (דף ט"ו) למה‬ ‫נסמכו אהלים לנחלים שמעלין לטהרה‪ ,‬דאס איז דער רמז‪,‬‬ ‫"שבית המקדש הוא כמו מקוה"‪ ,‬דער בית המקדש איז מטהר‬ ‫אזוי ווי א מקוה‪ ,‬ואידי ואידי מטו אהדדי "מקוה" המשכן‪.‬‬

‫שרייבט מיר בכתב אז‬ ‫איר ווילט נישט‬ ‫פאררעכטן די מקוה!‬ ‫א פארכטיגע מעשה ווערט דערציילט אויף הגאון דער‬ ‫חפץ חיים זצ"ל‪ ,‬אז אין א שטעטל נישט ווייט פון זיין היים‬ ‫ארט ראדין איז די מקוה פסול געווארן‪ ,‬און קיינער פון די‬ ‫שטאט האט זיך נישט געקימערט דאס צו פאררעכטן‪ .‬ווען‬ ‫די מעשה איז אנגעקומען צום חפץ חיים ז"ל איז ער באלד‬ ‫אריבערגעפארן צו יענעם שטאט און געלאזט אויסרופען אז‬ ‫ער געפינט זיך אין די שטאט און ער רופט די גאנצע שטאט‬ ‫צו א דרשה‪.‬‬ ‫ווען די שטאט לייט האבן געהערט אז דער גרויסער גאון‬

‫דער חפץ חיים געפינט זיך אין זייער שטאט און גרייט זיך צו זאגן א דרשה‬ ‫איז יעדער שנעל געקומען‪ ,‬ביז דאס ביהמ"ד איז געווארן געפאקט מלא על‬ ‫כל גדותיו‪ .‬דאן האט דער חפץ חיים אנגעהויבן די קורצע אבער גאר שארפע‬ ‫דרשה און געזאגט אזוי‪:‬‬ ‫"מורי ורבותי‪ ,‬ווען איך וועל אנקומען צום בית דין של מעלה וועט מען מיך‬ ‫פרעגן וואס איז מיין נאמען? וועל איך ענטפערן ישראל מאיר‪ .‬וועט מען מיך‬ ‫פרעגן פון וועלכע שטאט איך קום? וועל איך זאגן פון ראדין‪ .‬וועט מען מיך‬ ‫פרעגן אויב איך האב געוואוסט אז אין די שטאט נעבן מיר איז די מקוה‬ ‫געווען פסול? וועל איך געוויס ענטפערן אז יא‪ .‬וועט מען מיך דאן פרעגן וואס‬ ‫איך האט געטוהן דערצו? וועל איך בלויז קענען ענטפערן אז איך האב זיך‬ ‫מטריח געווען צו פארן צו אייך און לאזן וויסן אז מ'דארף דאס פאררעכטן‬ ‫און איר האט מיך נישט צוגעהערט‪ .‬דעריבער בעט איך אייך איר זאלט מיר‬ ‫דאס געבן שריפטליך אז איך האב אייך געווארענט דערויף‪ ,‬כדי איך זאל‬ ‫דאס קענען צייגן ביים בית דין של מעלה"‪.‬‬ ‫די אויפריכטיגע ווערטער האבן געוויס עושה רושם געווען און ביז א קורצע‬ ‫צייט איז די מקוה פארראכטן געווארן‪.‬‬

‫צוגעזאגט א בן זכר‬ ‫אין זכות פון א מקוה‬ ‫צום הייליגן צדיק פון ראדאשיץ זי"ע זענען אמאל אריינגעקומען א‬ ‫פארפאלק וואס העכער צוועלף יאר נאך די חתונה זענען זיי נאך נישט‬ ‫געהאלפן געווארן מיט זרע של קיימא‪.‬‬ ‫דאס פארפאלק האט אויסגעגאסן זייער ביטער הארץ פארן צדיק‪ ,‬ביז די‬ ‫פרוי האט געגעבן א שריי אויס‪" ,‬פאר יעדן קען דער רבי העלפן‪ ,‬און נאר איך‬ ‫מוז קומען איין מאל און נאכאמאל און איך גיי אהיים מיט ליידיגע הענט?!‬ ‫איך ריר זיך נישט ארויס פון דעם צימער‪ ,‬ווילאנג דער רבי וועט מיר צוזאגן‬ ‫א קינד! "‪.‬‬ ‫די ווערטער האבן צוטרייסעלט דעם צדיק‪ ,‬ער האט אראפגעלייגט זיין‬ ‫הייליגן קאפ אויף די האנט‪ ,‬און דאן זאגט ער פאר דעם פארפאלק‪ ,‬בכהאי‬ ‫לישנא‪" :‬אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו און שרה אמינו האבן אויך‬ ‫לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער‪ ,‬וואס האבן זיי געטוהן‪ ,‬שטייט אין זוהר‬ ‫הקדוש (וירא ק"ב ע"ב) "אברהם ושרה הוו מתקני טבילה לכולהו‪ ,‬איהו לגברי‬ ‫ואיהי לנשי וכו'‪ ,‬ומעיינא דמיא הוה תחות ההוא אילנא ומאן דצריך טבילה‬ ‫מיד מיין סלקין לגביה"‪ ,‬אונטערן בוים האבן זיי געבויעט א מקוה‪ ,‬און דורך‬ ‫דעם זכות זענען זיי געהאלפן געווארן‪ .‬זאג איך אייך די זעלבע‪ ,‬זוכט אויס‬ ‫וואו מ'בויעט א מקוה‪ ,‬און אז איר וועט ארויסהעלפן דערצו וועט אייך דער‬ ‫רבוש"ע זיכער העלפן"‪.‬‬ ‫הערנדיג אזעלכע אפענע ווערטער פונעם הייליגן צדיק‪ ,‬האבן זיי פארלאזט‬ ‫דעם צימער און אויסגעפאלגט זיינע ווערטער‪ ,‬זיי האבן ארויסגעהאלפן צו‬ ‫בויען א מקוה אין א דערנעביגן שטאט‪ ,‬און ביז א יאר איז דאס פארפאלק‬ ‫געהאלפן געווארן מיט א בן זכר"‪.‬‬

‫‪29‬‬

‫"אונזער הייליגע זיידע‬ ‫אברהם אבינו און שרה‬ ‫אמינו האבן אויך לאנגע‬ ‫יארן נישט געהאט קיין‬ ‫קינדער‪ ,‬וואס האבן‬ ‫זיי געטוהן‪ ,‬שטייט אין‬ ‫זוהר הקדוש (וירא ק"ב‬ ‫ע"ב) "אברהם ושרה הוו‬ ‫מתקני טבילה לכולהו‪,‬‬ ‫איהו לגברי ואיהי לנשי‬ ‫וכו'‪ ,‬ומעיינא דמיא הוה‬ ‫תחות ההוא אילנא‬ ‫ומאן דצריך טבילה מיד‬ ‫מיין סלקין לגביה"‬

30

‫איינע פון די צימערן‬

‫דער‬ ‫פראכטפולער‬ ‫ווארט‪-‬זאל‬ ‫‪31‬‬

‫מקוה טהרה‬ ‫ד'קהל יטב לב‬ ‫ד'סאטמאר‬ Mikvah Tharah of Cong. Yetev Lev D'Satmar Central Office: 163 Rodney Street Brooklyn NY 11211 T: 718.302.6720 F: 718.486.2473

Related Documents


More Documents from ""