בס"ד
איכה היתה לזונה קרי' נאמנה בושנו מכל דור
למשיסה לחרפה ולבוזות
שווערע קייטן זענען ארויפגעלייגט געווארן בעוה"ר ביים ציון הק' כ"ו אב תשנ"א אויסצושפארן די רעבעצין ע"ה פון ארויפגיין משתטח זיין על ציון בעלה רביה"ק זי"ע לחרפתינו ולבשתינו, מען האט געמוזט פריי מאכן דעם וועג פאר די רעביצין ע"ה מיט די הילף פון א גרויסן קאטער...
אין די מיטעלע נ' יארן ,א בליק אויף די דירה פון די רביצין ע"ה וויאזוי עס האט אויסגעזעהן נאך א יו"ט שבועות אין קרית יואל דער גאנצער הויף איז פיל מיט העציגע פאשקעווילן, דער געיט איז אראפגעבראכן ,אלעס איז חרוב... (דאס איז שוין איר בארעכטיגטע דירה)...
דם ואש ותמרות עשן די שוידערליכע קריסטאל נאכט ליל מוצש"ק דברים תשנ"ו ווען די בריונים האבן אונטערגעצינדן דעם "ילד שעשועים" איינשטעלנדיג 80אידישע נפשות קימפעטארנס מיט פיצלעך קינדער אין א שרעקליכע סכנה! (דער ילד איז דאך אויך א טייל פונעם דירות אויסוואל)...
בכו תבכה בלילה תלמידי וחסידי סאטמאר דאנערשטאג בהעלותך י"ד סיון תשנ"ז איז פארגעקומען די שוידערליכע אטאקע פערזענליך אויף די אלמנותו של מלך הרבנית הצדיקת ע"ה באישון לילה! אריינהאקנדיג אין איר שלאף צימער אינמיטן די נאכט! שוין זייענדיג על ערש דוי!
והנה אימה חשיכה גדולה נופלת ויהי חושך ,אלו מעשיהן של רשעים
ויהי אור ,אלו מעשיהם של צדיקים
ערב סוכות שנת תש"ע ,צוליב די עבירה פון בויען א סוכה אומלעגאל ...האט מען אפגעהאקט די עלעקטעריק און די וואסער פון ביהמ"ד...
נייע עלעקטעריק און פרישע וואסער ווערט געצויגן דורך די הייזער פון די שכינים אינעם ברען פון ערב יו"ט! מערקט די האלצערנע זוילן וואס ציען די עלעקטעריק ווייער'ס צום ביהמ"ד...
ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם דער גרויסער לעכטיגער היכל ביהמ"ד איז ב"ה שיין אנגעגרייט צום הייליגן יו"ט סוכות! מען האט ב"ה געדאוונט און געפראוועט גאנץ יו"ט סוכות ווי געהעריג...
מקוה ישראל ד' מושיעו בעת צרה די מקוה טהרה פון רביה"ק זי"ע איז גרייט צום באנוץ אויף יו"ט...
כל האזרח בישראל ישבו בסוכות
הרשעים כים נגרש השקט לא יוכלו
פילע שוועריגקייטן איז אויסגעטיילט געווארן אויפצובויען די סוכה! עס איז ספעציעל געבויעט געווארן הארט ביים סיידוואק ,עס זאל בלייבן פלאץ אויף די רעכטע זייט נישט צו בלאקירן דעם דורכגאנג
אסרו חג סוכות תש"ע — דער טשערי פיקער אין די הייעך ווידעראמאל אפצוהאקן די לעקטער פון ביהמ"ד ...ווייל מען האט נישט צונומען די סוכה אום יו"ט ווי זיי האבן פארלאנגט... דער אפגעשניטענער ווייער
חמס ושוד לעיני השמש!!! חיללו משכן שמך פאר די חוצפה פון נאכאמאל פאררעכטן די לעקטער אסרו חג ,איז תיכף אפגעהאקט געווארן דער סוער פון ביהמ"ד! וועלנדיג גראבן פאר א 'סעפטיק טענק' איז בלאקירט געווארן דער טראקטער ער זאל נישט קענען צוקומען דאס צו מאכן... צענדליגער העראישע יונגעלייט האבן געגראבן א גאנצע נאכט מיט שאוולען אין די הענט און דאס אהערגעשטעלט...
כי מלאה הארץ חמס דאנערשטאג פ' נח איז ערשינען דער טראקטער אויסרייסן און חרוב מאכן אלע צרכי ביהמ"ד בשליחות פון אידן מזרע ישראל! מיט בארבארישע ווילדקייט רייסט ער אפ דעם צוים פונעם ביהמ"ד בגניבה וגזילה ,און טוט זיך דערנענטערן אלעס חרוב צו מאכן שומו שמים! רעכטס :דער געיט איז שוין איינגעבויגן און האלט שוין אט ביים אראפקומען ...לינקס :דער צובראכענער געיט ליגט חרוב...
חללו משכן שמך דעם צוים האט ער טאקע באוויזן אפצוהאקן ,אבער אין געציילטע סעקונדעס זענען בליץ שנעל ארויסגעשפרינגען מסי"נ יונגעלייט פון ביהמ"ד און האבן זיך אונטערגעשטעלט ,אנגעכאפט דעם שאוול ,און בלאקירט ער זאל זיך נישט קענען א ריר טוהן ווייטער...
דער בילד איז אומגלויבליך! איז דאס אונטערן שלטון הכופרים אדער אין קרית יואל?
באו גוים נחלתיך -טמאו את היכל קדשיך ואת נוהו השמו — ידיכם דמים מלאו! ד.ע .באפעלט ,מען מוז עס חרוב מאכן! די משטרה פון קעי דזשעי מיט די הילף פון שחורים שלעגער'ס איזדיקיעווען זיך אויף די טייערע יונגעלייט ...פארוואס שלאגט מען אידן? פארן באשיצן אויף א מקום קדוש שהתפלל בו רבינו הקדוש זי"ע?
ואף גם זאת בהיותם בארץ אוביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלותם דאן האט פלוצלינג פאסירט דער נס מן השמים ...דער טראקטער האט אויפגעהערט צו ארבעטן ...ער וואונדערט זיך פארוואס? לינקס :דער ריזיגער ציבור אידן בעטן זיך ווייטער ביים אידישן קאפאוי ,גיי אוועק פון דא! מאך נישט חרוב קיין בתי מדרשים!
ואת צעקתם שמעתי מפני נוגשיו בו בעת זענען אידן געשטאנען אין ביהמ"ד און תהלים געזאגט צום בוכ"ע עס זאל זיך חלילה נישט איינגעבן מזימתם הרע... דער בוכ"ע הערט צו די תפלות פונעם ציבור הנאספים בתפלה וצדקה להעביר את רוע הגזירה און מען פארשיקט דעם טראקטאר אידן בעטן אויף ווייטער :עד הנה עזרונו רחמיך כן יעזרנו ד' אלקינו -אל יעזבינו ואל יטשינו שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי!